יום שני, 10 בספטמבר 2012

דער רבי זער זאלוני וויל מאכן אן ענד צו די בחורים וואס קוקן אוואו מען דארף נישט



די וואך מיטוואך רופט דער רבי ר' זלמן לייב זיינע בחורים און וויל מיט זיי רעדן קעגן די טעכנאלאגיע געבן צופארשטיין אז בחורים דארפן נישט קוקן אוואו מען דארף נישט

דער רבי ווארנט די בחורים און בעיקר די עלטערן מאכן זיכער אז די בחורים וועלן אלע דארטן זיין

יום שלישי, 14 באוגוסט 2012

אין זכות פון סאטמארער רבי'ן ווייסן מיר אז יעדער בעלזער האט א ציילם אין הארצן - לכבוד כ"ו אב

שרייבט א סאטמארער:

מיר סאטמארע אידן דארפן אפגעבן א שבח והודאה אין אזא הייליגע טאג פאר'ן אונז איבערלאזן דעם הייליגע רבי זצ"ל.
איך ווייס נישט צו דו האסט אמאל אריינגעטראכט דעם שבח והודאה מ'דארף געבן פאר'ן באשעפער פאר'ן אונז געבן אזא רבי. לאמיר זיך פארשטעלן ווי אזוי מיר וואלטן ווען אויסגעזעהן אן אים;
ווען נישט אים וואלסטו ח"ו געשפילט באלי מיט דיין אינגל,
ווען נישט אים וואלסטו ל"ע געלערנט דף היומי,
ווען נישט אים וואלט דיין אינגל (אויף קיין שום איד נישט געזאגט) געפארן אויף א שגץ בייק,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געוואוסט אז די בעלזער'ס ביקן זיך עכט צום צלם פאר זיי גייען אין שיל,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געוואוסט אז נאר אונז סאטמארע אידן זענען די אמת'ע פח שמן הטהור, און אלע אנדערע אידן זענען סתם אידן וואס ביקן זיך צום בעל און האבן נישט קיין חלק לעולם הבא!
ווען נישט אים וואלסטו נישט געוואוסט אז מ'קען מלבש זיין שנאה אויף יעדע איד מיט א תורה'דיגע לבוש,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געוואוסט אז די אלע וואס זענען גענאנגען צום כינוס כלל ישראל זענען נישט מזרע ישראל,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געהאט אזעלכע זאפטיגע מעשיות ווי אזוי ער האט אריינגעזאגט און אריינגעשניטן יעדע רב ביי יעדע אסיפה,
ווען נישט אים וואלט הלל טייטלבוים און דוד עקשטיין געוואוינט אין וויליאמסבורג,
ווען נישט אים וואלטן מיר נישט געהאט פרייטאג צו נאכטס ביים זמן 15 מינוט וואס מ'מעג נאר בדיעבד מחלל שבת זיין,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געהאט 16 דורות נוטר ברית (וואט עבער עס מיינט)
ווען נישט אים וואס וואלטן מיר געטוהן שובבים?
ווען נישט אים ווי אזוי וואלטן מיר געווארן אויס תלמיד ווען מיר האבן געמאכט א קראץ אויף א נכס פון ישיבה?
יעצט ווען עס קומט די גרויסע יארצייט, געדענקסט אז 15 מינוט ביי גייקאו קען סעיוון 15 מינוט אדער מער

יום ראשון, 5 באוגוסט 2012

סאטמאר פלאצט ר' מנדל וועכטער גיט טעגליך א שיעור אין דעם טרייפענעם 'דף היומי' רחמנא לצלן

כשהם יורדים איז עד לתהום אזוי זאגן די סאטמארער וואס שטורעמען און שרייען געוואלד קענען נישט פארשטיין וויאזוי קומט דאס צו א געוועזענעם סאטמארער וואס ווייס דעם חומרת האיסור פון לערנען 'דף היומי' ער זאל רחמנא לצלן געבן יעדן טאג א שיעור אין דעם 'דף היומי'

זיי זענען ערשטוינט און ווילן נישט גלויבן געהערט אז הרב החסיד דער משפיע ר' מענדל וועכטער געוועזענער סאטמארער דער וואס די סאטמארער האבן אים אפגעשארן די בארד ווייל ער איז געווארן א ליובאוויטשער, איז אזוי פארקראכן אז נישט נאר וואס ער לערנט תניא, ער איז שוין ווייט פארזונקען גענומען לערנען 'דף היומי'

די סאטמארער ווילן אז זיין פאמיליע זאל שוין זיצן שבעה אויף אים, אזוי ווי מען זיצט אויף א כופר און אן אפיקורס און אויסרופן אז זיי האבן מיט אים קיין חלק ונחלה נישט ביז ער וועט תשובה טאן און שווערן ביי א ספר תורה אז ער וועט חלילה קיינמאל מער קיין 'דף היומי' נישט לערנען

די סאטמארער רבי'ס האבן געווארנט אז קיינער זאל זיך נישט באטייליגן אין די 'דף היומי' צערעמאניעס, זיי האבן גארנישט מיט די רשעים וואס זענען טעגליך מכשיל דעם עולם מיטן לערנען 'דף היומי' וואס דאס איז דער חיזוק הציונות

יום שני, 9 ביולי 2012

אריה לייב גלאנץ ווידער אויף צרות - ער האט זיך ווידער באנארישט

ער שטייט פאר א שווערן משפט, ער האט אפגעבלאפט די רעגירונג ארויסגעשלעפט א סאך געלט פון סעקשן 8 און האט געצאלט בעייל 50 טויזענט דאלער ביזן משפט. ער טאר נישט ארויספארן פון ברוקלין

אבער, ער וויל דאך פארן אויף די בערג האט ער געשיקט א בריוו צום שופט אז ער פארט צו די בערג געבן 'רעליג'ן סערוויסעס' דערציילט א מעשה אז אין גריין-קאונטי איז ער די טשאפל. אבער ווען דער שופט האט געפערגט, האט דער שעריף געזאגט אז לא היה ולא נברא ער האט שוין א יאר נישט גערעדט מיט אים און וויל אים נישט

יעצט ווארפט ער די מעשה אויף זיין לויער טענה'ט אז דער לויער האט אים נישט ריכטיג געזגאט וואס ער מעג און וואס ער טאר נישט

די פראגע איז ווי האט ער פריער נישט גערעדט מיט דעם שעריף ער זאל אים טאן די טובה, און נאר שפעטער זיך ווענדן צום שופט

יום ראשון, 20 במאי 2012

פארוואס שרייבן די באבאווער 48 פאשקעווילן קעגן דעם כינוס און פארוואס קומט נישט ר' בן ציון?

באבוב 48 שיקט פאשקאווילען קעגען איחוד הקהילות


"מהנעשה והנשמע מאחורי הפרגוד ביי באבוב קהילות אין איחוד הקהילות לטוהר המחנה"


די גאנצע שטאט איז אויף מיט די גרויסע אינטערנעט אסיפה יעדער רעדט דערפון ווי מען גייט אין ווי מען שטייט
עס איז געוועהן א גאנצע געשעניש איבער סאטמאר ארונים זלונים מי ומי ההולכים
יעדער וויל וויסען וואס איז פארגעקומען ציווישען ביידע באבוב'ס אין איחוד קהילות
אפאר שירות דא מיט די פרטים הדבר וואס איז פארגעקומען מאחורי הפרגוד behind the scenes


די עסקנים פון איחוד הקהילות האבען וואכען זיך געמיטשעט אין געזען אז די אסיפה איז אין א קריטישע מצב
האבען זיי מחליט געוועהן אז מען דארף אריין שליפען אלע חסידישע אדמורי"ם פון אלע גרויסע חסידות'ן
איינער פון די ערשטע זענען זיי אריין צו אדמו"ר רב"צ מבאבוב אין אדורך געשמיסט די פלענער פון די אסיפה
מען האט געבעטען רב"צ אינטער צי חתמנ'ן אויף צי קול קורא האט ער נישט געוואלט אין אנגהויבן מיט תירוצים
די טאטע אהער די טאטע אהין די טאטע (מהר"ש מבאבוב זצ"ל) האט קיינמאל נישט אינער געשריבען קיין
קול קורא אין ממילא וויל ער נישט אינטער שרייבען האט ער געשיקט צום דיין חיים יענקל טויבער זאל אינטער שרייבען. האבען די עסקנים געפרעגט די מהר"ש האט יא אינטער געשריבען אויף קרן הצלה הצלה קול קורא?
האט רב"צ געזאגט ער איז זיך נוהג נישט צי חתמנ'ן אויף קול קורא'ס אין זיין דיין קען אינטער חתמנ'ן פאר עם
פונקט ווי די סקווערער רבי האט געשיקט זיין דיין צו חתמנ'ן די קול קורא בשליחות קודש.


דערנאך האבען די עסקנים געבעטען אויב מקען האבען די זכיה אז רב"צ זאל זיך משתתך זיין ביי דעם מעמוד
כינוס כלל ישראל. האט משב"ק מ.ציטראנענבוים מסביר געוועהן נאר אויף תנאי אז מ'רופט נאר איין באבוב רב"צ צום כינוס דעמאלטס איז דא וואס צי רעדען . אבער אויב רופט מען דעם אנדערען צד אדמו"ר רמ"ד קען מען פארגעסען אז רב"צ זאל זיך באטייליגען דעם כינוס ווייל רב"צ קען נישט זיין אינטער איין דאך מיט רמ"ד.
אין די צוויייטע תנאי אז מען טאר נישט שרייבען די נאמען "באבוב" אויף רמ"ד.


די עסקנים האבען גאזאגט אז מ'קען זיך נישט מישען אין פאליטיק. מען קען נישט רופען איינער יא און איינער נישט מען דארף איינליידענען ביידע באבובער רבי'ס. אבער אויף די צוויטע תנאי וועלען זיי מסכים זיין נישט צי שרייבען באבוב אויף די קול קורא אויב רב"צ וועט אינטער שרייבען. האט ער געזאגט מ'וועט עס איבער טראכטען.


דערנאך זענען די עסקנים געגאנגען צו אדמור רמ"ד מבאבוב אין ער האט זיי אויף גענומען בכבוד גדול אין ווען זיי האבען געבעטען ער זאל אינטער חתמנ'ן האט ער געזאגט אז ער איז גרייט צי העלפען וואס ער קען טוהן למען להצלת כלל ישראל אין גראד געגעבען זיין חתימה אן קיין תנאים וכו...


די רבנים פון איחוד געזעהן אז די טיקעטס פארקויפן זיך נישט גענוג אין מקען נישט אנפילען סיטי פיעלד אפילו מיט געבען בחינם טיקעטס פאר אלע ישיבות איבער ניו יארק. האבען זיי מחליט געוועהן אז מען דארף ברענגען ביידע סאטמאר צום אסיפה אזוי וועט מען האבען אסאך פלייש אין אנפילען די סיעטס. זענען די רבנים פון איחוד קהילות (אדמור מסקולען אדמור מוויען רב סאלאמון רב קוטלער) אראפ געפארען צי קרית יואל צי מהר"א מ'סאטמאר צי באקומען א חתומה אויפן קול קורא אין ער זאל שוקען זיינע חסידים צום כינוס
מהר"א האט זיך געטענעט מיט זיי אין געמאכט פון די רבנים לצינות אין געהייסען רופען חב"ד צום כינוס טאמער נישט גייט ער נישט בעצם האט עם געבאדערט מי בראש וכו..


די רבנים האבען געזעהן מען קען עם נישט איבער רעדען האבען זיי מחליט געוועהן צי גיין צום צד שני אין געגאנגען אויף א באזוך צי מהרז"ל מ'סאטמאר אין וומסבג קודם זענען געוועהן אדמורים מסקולען אין וויען אין שפעטער באנאכט איז געוועהן די ר"י רב קוטלער אין רב סאלאמון אין מהאט דן געוועהן מיט אפאר תנאים אז די כינוס דארף זיין כשיטת סאטמאר מיט קנאיות אין ציונית וכו.. אין מהרז"ל האט מסכים געוועהן האט ער ארויס געגבען א אייגענע
קול קורא מיט בד"ץ סאטמאר. אין באלד דערנאך האבען טיקעטס אנגעהויבען זיך צי פארקויפען ווי וואסער...


א טאג שפעטער האבען די רבנים מחליט געוועהן מען גייט אריבער גיין אויף א באזוך צי אדמו"ר רב"צ מ'באבוב אין עם איבער רעדען צי חתמנ'ן די קול קורא אין משתתף זיין ביים כינוס. די עסקנים זענען אריבער געגאנגען די 48 מאכען אן אפוינטמענט ביים רב האט רב"צ זיי געזאגט ער האט זיך בארעכענט ער גייט נישט געבען קיין חתימה אין ער קומט נישט צום כינוס. האבען זיי געפרעגט פארוואס??
האט רב"צ געזאגט "איך וויל נישט זיצען ביי סקולענער רבי'ס הכתרה 4 שעה"...
אין אפאר שעה שפעטער האט רב"צ געהויבען פוס אין אנטלאפען קיין מאנסי ווייל ער האט נישט געוואלט אז די סקולענער רבי אין רב סאלאמון האבען זאלען קומען אויף א באזוך. ער איז געבליבען אין מאנסי א גאנצע וואך אין געבליבען אויף שבת אין צירוק געקומען קיין בארא פארק אויף ל"ג בעומר. ביז דעמעלסט האט ער זיך באהאלטען ווי א גנב ביי בראכפעלד'ס הוז אין מאנסי...


אין אנהייב האבען די איחוד עסקנים געמיינט אז סע איז נאך דא מיט וועם צי רעדן אין 48 אין פראבירט די מערסטע
וואס זיי קענען צי ברענגען ביידע באבוב'ס צום טיש אין זיי האבען ארויס געגבען די ערשטע קול קורא מיט חתימה'ס פון אלע רבנים ואדמורים נאר זייער נעמען אליינס אין נישט געשריבען אינטער דעם וועלעכער חסידות כדי נישט צי שרייבען "באבוב" אין אזוי וועט רב"צ געבען זיין חתימה. אבער נאך וואס זיי האבען געזעהן ווי רב"צ שפילט זיך ארום מיט זיי האבען זיי געזעהן אז סע איז נישט דא מיט וועם צו גיין צום טיש אין ארויס געגעבען א צווייטע קול קורא מיט די נעמען פון אלע אדמורים אין ביי רמ"ד האבען זיי געשריבען אדמור מ'באבוב אין ביי חיים יענקל דומ"ץ באבוב.
אין סהאט אויס געזעהן ווי חיים יענקל איז גאר דעם דיין ביי רמ"ד אין בית המדרש....


דא איז די ערשטע קול קורא אן די נאמען "באבוב"
קול קורא - ארה''ב




דא איז די צוויטע קול קורא מיט נאמען "באבוב" געדריקט אין הצלת הדורות צייטונג











די אנשי ביתו פון רב"צ זענען אריין אין א כעס אין מחליט געווהען אז מגייט קעמפען איחוד קהילות עד הסוף!
דערנאך זענען זיי געוואר געווארען אז איחוד הקילות האט געדריקט א צייטונג "הצלת הדורות" אין געשריבען אין דעם דברות קודש פון אדמור מבאבוב (רמ"ד) וואס ער האט געזאגט פאר די עסקנים פאר איחוד קהילות בנגוע די
כינוס כלל ישראל אין אויף אריין געלייגט די קול קורא מיטן נאמען באבוב אינטער רמ"ד חתימה.




 




די אנשי רב"צ האבען גערופען נחמיה גאטליב פון איחוד קהילות אין עם געסטראשט מיט שווערע טעראר אז די צייטונג טאר נישט ווערען ארויס געשיקט אויפן פאוסט ווייל חסידי 48 זאלען נישט זעהן אזא טריפה צייטונג...
נאך שווערער פרעשור האט גאטליב מחליט געוועהן די צייטונג נישט ארוס צי שוקען אויך פאוסט. די עסקנים פון איחוד קהילות האבען גענומען דעם טראק פון צייטונגען אין פארשפרייט איבער גאנץ ניו יארק אין אלע בתי מדרשים דאס איז געוועהן נאך א נידערלאגע פון צד 48 אז זייער טעראר איז נישט געלאנגען.


עס איז ארום געגאנגען א ווערטעל אז קודם האט רב"צ נישט געוואלט גיין צום כינוס וויל ער וויל נישט גיין צים סקולענער'ס הכתרה. אבער נאך די צייטאנג איז ארויס געקומען וויל ער נישט גיין צי רמ"ד הכתרה...



דא איז א קאפי פון די בלעטעל וועגען באבוב קהילה אין די הצלת הדורות צייטונג



אקוציר אנשי רב"צ זענען אריין און א פאנוק מאוד זיי זענען געווארען ווילד ווי א פארסאמטע מייז
האבען זיך די חכמים ונבונים כת ש"צ גימפל ועוד געזעצט א מיטינג וואס גייט מען טוהן מסדר צי זיין איחוד הקהילות
האבען זיי מחליט געוועהן אז זיי גייען איבער שפילען זייער טאקטיק פון 7 יאר צירוק ווען זיי האבען ארויס געשוקט א פאוסט קארד פאר גאנץ בארא פארק פון בית המדרש החדש קארטשין... אין זיי האבען שנעל גערופען ינער דרוקער אין געלאזט דריקען פאשקאווילען פאוסט קארדס פאר גאנץ בארא פארק מיט די לעטער העד פון איחוד קהילות א אנשאדילגונג בריוו פאר זיך אריין מישען אין באבוב מחלוקה אין שרייבען באבוב אויפן קול קורא...


אויך האבען זיי גערופען "לוח הציבור" אין אריין געלייגט א עד (AD) פון איחוד הקהילות דעם פאשקאוויל
אבער אזוי ווי לוח הציבור האט באקומען דעם אימעיל פון די עד האט עס זיי באלד נישט געשמעקט אין זיי האבען אנגעהויבען חושד צי זיין עס איז אזא שטיקעל פון די זלונים האבען געמאכט די וואך מיט ארונים אין אריין געלייגט א עד אין די צייטונג פון די נייע "אינדיג'ס בעקעריי"... בחינם "קוקוש קעיק"....
עיין כאן: http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2959303
האט לוח הציבור גערופן די אפיס פון איחוד קהילות אין געפרעגט צי זיי האבען אריין געלייגט די עד?
האבען זיי געזאגט ניין אין מזאל עס בשום פנים אויפן נישט אריין דרוקען!!


דא איז די קאץ ארויס פון זאק אין מען איז געוואר געווארען די שטיק פון צד 48 איז איחוד קהילות גראד געלאזט מעלדן פאר צד 45 וואס דא איז פארגעקומען אין אזוי האט מען גראד פארשפרייט פרייטאג איבעראל וואס עס איז געשעהן אין אזוי שבת ווען עס איז אנגעקומען די פאוסט קארד האט יעדער גראד געוויסט אז עס איז א פאשקאוויל
אויך האט 48 נישט געכאפט ביי די אדרעס פון פאוסט קארד האבען זיי געשריבען די אדרעס פון זייער אפיס 42x13 נישט וויסענדיג אז אלע מעילינג פון איחוד הקהילות קומט פון א אדרעס פון לעיקוואד ווי זייער הויפט אפיס איז...


די עולם אין 48 זענען זייער אנגעווייטוגט פון די גאנצע פרשה פונקט ווי די ארונים אין שבת ביי שלש סעודת איז שוין געוועהן למכה מצרים בבכוריהם נאך וואס אנשי 48 האבען באקומען שבת נאכמיטוג די פאוסט קארד אין די מעיל זענען אפאר מענטשען געווארען אויפגערעגט אין געשריגען אז די גבאים פון רב"צ גייען מיטן קאפ אריין אין וואנט!!!

דא קען מען זעהן די פאשקאוויל פאוסט קארד צד 48 האט געשוקט אין פאוסט אין נאמען פון איחוד הקהילות





אנשטאטס פארעכטען זייער טעות גראבען זיי זייער גרוב טופער אין טופער "בור כרה ויכפריהו" מען מאכט פון די קהילה די שטאטס נער מען ווייזט פאר די גאנצע וועלט ווי שטארק עס טיט וויי די קול קורא. אין באבוב 48 בלייבט א פורש מן הציבור אויסגעשלאסען פון כלל ישראל. זיי פרעגען למה נגרע? פארוואס קענען נישט אנשי 48 זיין אויך א חלק פון כלל ישראל  אין פון די אנדערע זייט צד 45 איז גאר פון די חלק כלל ישראל אין רמ"ד וועט זיצען מיט אלע גדולי ישראל ביים כינוס אויפן אויבן אן צענטער.


עס איז ארום גאנגען א ווערטעל אז פון היינט אין ווייטער ווען איינער פרעגט איינער וועלעכער באבוב ביזסטו?
וועט מען עם ענטפערען פון כלל ישראל...


עס איז דא א שמועה אז נאך די פסק בית דין וועט ארויסקומען אין צד 48 וועט פארלירען די דין תורה אין די נאמען באבוב וועלען זיי ארום שוקען א פאוסט קארד צי קאנץ בארא פארק מיט די לעטער העד פון בי"ד: אז די פסק האבען זיי נישט ארויס געגעבען אין זיי אנשאלדיגן זיך....


היינט האט צד 48 געלאזט קלאר שטעלען זייער מיינונג איבער די כינוס אין געמאלדען אז סדר הישיבה וועט אנגיין כרגיל קיינער טאר נישט פעלען פון מתיבתה אין כולל איז ביז 6 אין אויב איינער וועט פעילען וועט ער נישט ווערען באצאלט שמירת הזמנים...


איינער איז געגאנגען פרעגען רב"צ פארוואס קען נישט די כולל זיין אפציעל פארמאכט היינט אין די עולם זאל גיין צום כינוס די דיין חיים יענקל האט דאך אינטער געשרבען די קול קורא מ'זאל גיין?
האט רב"צ געענפערט דיי דיין האט נאר אינטער געשריבען "מפני דרכו שלום"!



דא איז די פאוסט קארד 48 האט בטועת געשריבען די אדרעס פון אפיס 42x13 אין נישט לעיקוואד אפיס...

געשריבן ביי: רב יונה

יום שלישי, 15 במאי 2012

אהרוני מין זיין רעבעצין סאשע אנגעגעבן א קלאגע קעגן א חרדישן אידן און וועלן זיך שטעלן אין גויאישן קארט עדות זאגן

די מעשה איז געשען ווען הרה"צ מסקולן שליט"א האט געוויזיט רעב אהרן טייטלבוים אים צובעטן ער זאל נישט צוברעכן כלל ישראל און ער זאל לאזן זיין ציבור מיט צושטיין צו דעם גרויסען מעמד פון קידוש השם ווי אלע ערליכע אידן וועלן ארויסקומען לוחם זיין קעגין די מגיפה פון די "כלים" האסורים
דעמאלטס ווען ער איז געווען אין מאנרא אויף 5 סאנז קארט האט זיך ר' יולי ליבערמאן געוואנדען
צו הרה"צ מסוקלען שליט"א מיט תחנינים אז ער זאל שתדלן ביי רעב אהרן טייטילבוים אראפצונעמען די קלאגעס וואס ישראל ווייס האט געמאכט אויף אים,
טראץ וואס ר' יואל האט געריפן ישראל ווייס לדין תורה מערערע מאל אז ער זאל אויפהערן מיט די מסירות קעגין אים! 
(און וואס לעצטע וואך האט מען ב"ה אלעס דיסמיסט)

די משמשים פון רעב אהרן טייטלבוים גרוש האראוויטץ, ווערטהיימער און יולי פריעד און מסרי האבן ארויפגעשפרינגען מיט רציחה און באפאלן פיזיש ר' יולי ליבערמאן און אים געשלאגן און צוריסן זיינע בגדים
די שכינים האב געריפן די פאליציי, די פאליציי האבן אריין געריפון ר' יואל אויסציפארשן ווער עס האט אים אטאקירט
ער האט אלעס תיכף און פינקטליך מודיע געווען די גאנצע מעשה פאר די פאליציי פון די אטאקע
 און איבערגעגעבן די אלע אכזרים ווער עס האבן אים געשלאגן און ציריסן זיינע מלבישים ווי חיות היער
טראץ וואס ער איז נישט אמאל אריין געטרעטן און רעב אהרן וזג' סאשע'ס טייטלבוים'ס פראפערטי
נאר אויף די פאבליק גאס לעבן די קאר פון סקולענער רבי שליט"א

אבער ליידער די משמשים בק' האבן אויסגעדרייט די מעשה
ועל פי פקידת הקודש האט זייער רבי געגעבן די אטאריטעט צו מאכן א מסירה אלס זיינע שליחים - די אָונער דער בה"ב פון 5 סאנז קארט אנציקלאגען ר' יואל ליבערמאן מיט די קלאגע פון טרעספעסינג אויף זיין פראפערטי 5 סאנז קט' שלא ברשות פון דעם אָונער פון 5 סאנז קארט די דירה פון רעב אהרן טייטלבוים ואשתו סאשה ני' 




 מקור: סאטמאר1



יום ראשון, 13 במאי 2012

זאלוני זאגט מען זאל גיין צום כינוס קעגן דעת האהרוני וואס דערווייל האלט נישט דערביי

גרויסע מחלוקת האט געפלאצט אין סאטמאר איבער דעם כינוס וואס עס ווערט געפלאנט אין א וואך ארום אין סטעדיום אין קווינס וואס ווערט ארגעניזירט דורך דעם סקולענער רבין' מיט הרב מתתיהו  סולומון פון די שווערע און פארברענטע מתנגדים פון לייקוואוד. דער אהרוני האט געזאגט די צוויי אז ער האלט נישט ביים קומען אהין צוליב עטליכע נימוקים. דער רעדן ענגליש, דער נישט רעדן קען די ציונים, און ווייל זיין שיטה איז, אז מען טאר נישט האלטן קיין קאמפיוטער אין דערהיים, און די שיטה פון הרב סולומון איז, מען זאל האלטן די קאמפיוטערס אין דערהיים אבער מיט א פילטער, זיכער מאכן אז מען קריכט נישט אוואו מען דארף נישט

ביז די לעצטע טעג האט דער זאלוני נישט געזאגט יא צו נישט געווארט זעהן וואס וועט דא ענדע זיין, און יעצט מוצאי ל"ג בעומר ביי די סעודה אין וויליאמסבורג האט ער געזאגט אז עס איז א זכי' זיך משתתף זיין, פון דעם האבן די חסידים זיינע פארשטאנען אז מען זאל יא גיין

צו ער אליין וועט גיין איז דערווייל נישט קלאר

יום שלישי, 24 באפריל 2012

שטעלונג פון אהרוני פארוואס מען טאר נישט גיין צום כינוס פון 'כלל ישראל'


אזוי גיבן איבער די אהרונים:

תורה'דיגע שטעלונג איבער כינוס כללי מכ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

ממקור מוסמך איז מיר דערגאנגען אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געשיקט שליחים  צו כ"ק אדמו"ר מקולען שליט"א ובניו הרהגה"צ שליט"א, און איבערגעגעבן חו"ד איבער דעם כינוס כללי, פארוואס ער וועט זיך נישט קענען משתתף זיין דארט.

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אנגעוויזן עטליכע דאקומענטן פון אלטע קול קורא'ס אונטערגעשריבן דורך מרן רבותיה"ק בעל יטב לב ובנו בעל קדושת יום טוב זי"ע אז מ'טאר נישט קיין צו קיין שום אסיפה ווי מ'רעדט אויף לע"ז, און אויב איינער רעדט אויף לע"ז מוז מען ארויסגיין פון דארט און מ'טאר עס נישט הערן.

אזוי אויך האט סאטמארער רבי אנגעוויזן מערערע ערטער ווי דער הייליגער חת"ס זי"ע שרייבט זייער שארף קעגן דאס רעדן מוסר אדער התחזקות בלע"ז, און דאס זעלבע אינעם ספה"ק דברי יחזקאל.

ספעציעל האט דער רבי שליט"א אנגעוויזן דעם בספה"ק תורת משה ווי דער חת"ס שרייבט אז אפילו מ'זאגט מוסר און הייליגע דיבורים אויף ענגליש, וועט עס נישט אויפטאן און עס וועט נישט מעורר זיין צו תשובה, ולא יכנס בלב השומעים, אפילו כוונתו לשם שמים. עיי"ש דברים נוראים.

יום שני, 23 באפריל 2012

אהרוני'ס אייניקל פראוועט דעם ציוניסטישן 'יום השואה'

פארגאנגענעם "יום השואה" האט דער רב הצעיר פון טוירטין הופפער אפגעראכטן מיטן פולן ברען און אייפער. הגה"צ ר' חיים הערש בן ר' מענדל טייטלבוים שליט"א האט אנגעפירט מיט די מיליטערישע צערעמאניע און פארט העמילטאן ארמיי באזע. דער רב הצעיר שליט"א איז מכובד געווארן מיטן אנצונדן דעם גרויסן ליכט לזכר די נאספים, און דערנאך צוגעטרעטן צום שטענדער, מיט א הערליכן מגן דוד דערויף, און געהאלטן א פייערדיגע דרשה בעניני הזמן. ער האט דערציילט זכרונות פונדערהיים און פון זיין גרויסן זיידן ר' אהרן טייטלבוים וועלכע האט באצויבערט די פארזאמעלטע.

יום חמישי, 15 במרץ 2012

אהרוני האט געווארט דער בעלזער זאל אוועקגיין און דאן געגאנגען מנחם אבל זיין

ער האט פון דעם מורא געהאט אזוי ווי פון דעם טויט, טאמער וועט מען מאכן פיקטשעס ווי ער שטייט נעבן דעם בעלזער, גיט אים די האנט שמייכעלט צו אים. ער האט אלעס געטאן ביי די לוויה זיך נישט טרעפן מיט אים

אבער, געהאט א גרויסן פראבלעם. דער חשש איז געווען אז די גאנצע פאמיליע גלייך נאך די קבורה וועט קומען צום הויז פון רבי'ן דער שווער דארטן וועלן זיין אלע קינדער כולל די איידימעס וואס עס מיינט אז דער אהרוני וועט זיין ווידער צוזאמען מיט דעם בעלזער. דעריבער האט דער אהרוני באשלאסן אז ער וועט גיין פון בית קברות צו די הויז פון חיים צבי מייזליש זיין שוועסטערס זון און ווארטן ביז דער בעלזער וועט אפלאזן די הויז און דאן גיין מנחם אבל זיין

דא איז דער סקווערער אריין אין זייער א שווערן פראבלעם. ווייל טאמער זאל ער גיין מיינט דאס אז נאר דער אהרוני איז נישט געקומען, וועט מען זאגן אז ער איז א בעל מחלוקת. דעריבער האט ער אים א טובה געטאן, און אויך ער איז געגאנגען צו איינעם פון זינע חסידים דארטן געווארט דער בעלזער זאל אוועקגיין און דאן געגאנגען מנחם אבל זיין עס זאל נישט זיין ניכר אז דער אהרוני ער איז דער פראבלעם

יום רביעי, 14 במרץ 2012

ווי קוקט אויס דער אהרוני זיצענדיג ביי זיינע שוואגערס אין וויזניץ?

אויף וואס האט געטראכט דער אהרוני ווען ער איז געזעסן ביי די 'שבעה' אין וויזניץ, נישט געקענט קוקן אויפן פנים פון זיינע שוואגערס ישראל'צע און מענדלי וואס קיינער האט נישט געוואלט גלויבן אז זיי וועלן נאך ווען רעדן און זיצן צוזאמען. זיי האבן אים געלערנט אז מיט א גוטן טאטן, מיט גוטע מידות און מיט אן אמת, קען מען אלעס באווייזן, און נישט נאר באווייזן, מען ווערט הונדערט מאל גרעסער

אהרן טייטעלבוים איז געווען אין זעלבן מצב בשעתו אין סאטמאר, און אויב ער וואלט געוואלט, האט געקענט זיין דאס זעלבע. ביידע צדדים זאלן זיך טרעפן זיך אדורכקומען, און זיצן 'שבעה' צוזאמען, ביידע ברידער ווערן רבי'ס יעדער ביי זיך, מען צוטיילט וואס עס איז מעגליך, און מען לעבט בשלום. ווען אהרן זאל דאס טאן בשעתו אין סאטמאר וואלט ער היינט געווען איינע פון די גרעסטע רבי'ס. ער האט פארלארן זיין גרויסקייט מיט דעם זיך שלאגן מיטן טאטן, שרייען אז ער ווייס נישט פון בחייכון וביומייכון, און דער נישט קענען באווייזן א טראפ גרויסקייט

פאר אהרן טייטעלבוים דער מחזה איז א זאך וואס איז אים נישט פארשטענדליך, וווי קען מען צולאזן עס זאלן זיין צוויי רבי'ס, ווי קען מען צולאזן אז די ברידער זאלן רעדן און שמייכלען און אפילו לאכן צוזאמען. ברידער דארפן זיך אויסרייסן די הענט מיט די אויגן איינער דעם אנדערן אזוי ווי ער האט געלערנט אין סאטמאר

יום ראשון, 4 במרץ 2012

למה הלך זרזיר אצל עורב כי מצא מין את מינו שרייבן די קרית יואל רבנים

ער אליין מעקט און וויל נישט מען זאל צופיהל רעדן פון זיין באזוך אין בעלזא, געמיינט אז עס וועט שנעל שטיל וווערן, האבן די רבנים פון קרית יואל געשריבן א לאנגן בריוו וואס דארטן מאכן זיי קלאר אז זייער עולם איז קעגן וואס דער אהרוני האט געטאן, און מאכן זייער קלאר מיט גרויסע ווערטער, אז למה הלך זרזיר אצל עורב כי מצא מין את מינו, פון זייער זייט איז דער אהרוני גארנישט בעסער פארן בעלזער

יום רביעי, 29 בפברואר 2012

פארוואס האט ר' חיים קאניעווסקי נישט געוואלט אויפנעמען דעם אהרוני?

ביי וועמען ער איז געווען האט ער זיך באהאלטן, און ווער עס האט אים נישט איריינגעלאזן דערציילט ער נישט. ער איז געווען דא אין א גרויסער פלאנטער, ווייל עס ווייזט זיך ווידער אויף, אז וואס ער זאגט מיינט ער נישט, און וואס ער מיינט זאגט ער נישט, און קומט און הערט א מעשה

דער אהרוני נאך פריער האט געוואלט גיין צו ר' חיים קאניעווסקי אזוי אויך דאס מאל, אבער די פראגע וואס ר' חיים האט געפרעגט צו ער וועט גיין אויך צו הרב שטיינמאן. און ווען ד ער אהרוני האט געזאגט ניין, האט געשיקט ר' חיים אים זאגן ער זאל נישט קומען ער וויל אים נישט זעהן

דא האט זיך געשטעלט א  שווערע פראגע וואס מען האט געפרעגט דעם אהרוני. און דאס איז ממה נפשך. אויב ער גייט צו רבנים וואס האלטן מיט אן אנדער שיטה איז נאר צוליב נימוס, מיט וואס איז ערגער הרב שטיינמאן פון דעם בעלזער. צו דען איז ער מסכים מיט די שיטה פון דעם בעלזער? קלאר נישט, ער האט דאס קלאר מגלה דעת געווען. פארוואס זשע האט ער נישט געקענט גיין צו הרב שטיינמאן מיט דעם זעלבן נימוק, און אזוי אויך קענען אריינגיין צו ר' חיים קאניעווסקי

דער תירוץ איז, אז ער האט מורא פון די קנאים, נישט געוואלט פאשקעווילן. וועט איר פרעגן, נו, און וואס איז מיט דעם בעלזער. דער תירוץ איז, אז דא האט ער מורא געהאט פאר זיין ווייב און קיין ברירה נישט געהאט, פאר שלום בית טוט מען אויך וואס עס פאסט נישט פאר די קנאים

יום שישי, 24 בפברואר 2012

ווי קוקט די 'עדה החרדית' אויף דעם אהרוני'ס באזוך אין ארץ ישראל?

"העדה החרדית" באשליסן צו מוקיע זיין ר' אהרן ממחנה היהדות החרדית!

עס איז נישט קיין סוד פאר קיינעם אז די יעצטיגע באזוך פון ר' אהרן אין ארץ ישראל האט זיך געשלאסן מיט א פייערדיגע מערכה און התבדלות צווישן ר' אהרן מיט די העדה החרדית און בפרט מיט'ן ירושלימ'ער רב שליט"א.


הסברים זענען איבריג ווי אזוי און צוליב וואס דאס איז צושטאנד געקומען, יעדער איינער אפי' א חדר-אינגל האט ארויסגענומען פון דעם באזוך פון ר' אהרן א קלארע ציל צו אויסשרייען קבל עם ומלואה: סאטמאר זענען מער נישט קיין קיצונים, סיקריקים. מיר דארפן מער נישט די העדה החרדית; מיר דארפן מער נישט די פרומע קרייזן; עס איז א בושה פאר אונז אז סאטמאר גייט אריין אין די קאטעגאריע פון די העדה החרדית, נטורי קרתא, סאטמאר מהרי"י, תולדות אהרן, דושינסקיא, שומרי החומות, ברסלב, משכנות הרועים, קהל חסידי ירושלים, פרושים, תפארת ירושלים, וכו' וכו', עס איז א בושה פאר אונז צו נכלל ווערן און אזעלכע קליינע און פארנאטישע פארטייען, עס איז אונז אסאך א גרעסערע כבוד צו זיין אין די קאטעגאריע פון די באמבעדיגע חסידות'ן: גור, בעלזא, וויז'ניץ, סערט, באיאן, וכו' וכו'.  

פארשטייט זיך אז די שערי תירוצים לא ננעלו, און מ'וועט אנהייבן צו ענטפערן, אז בעצם איז ער יא א רעכטער, נאר דאס וואס ער האט באזוכט נאר די לינקע רבנים איז פשוט ווייל ער האט "זיך קאנצעטרירט נאר אויף בני ברק", פשוט וועגן "נימוס", (אדער אפווענדן דאס אלעס, ווייל ער איז דאך געגאנגען באזוכן אויך הרב וואזנער) וכו' וכו'. אמת, תירוצים וועט אלעמאל זיין, אבער דער פאקט וועט מען קיינמאל נישט קענען טוישן, יעדער קנאי, חילוני, בינוני, האט אונטערשטע שורה ארויסגעהאט פון דעם באזוך שווארץ אויף ווייס: "מיר האבן געטוישט א מהלך". פאר די אידן פון חו"ל איז דאס בכלל נישט געווען קיין נייעס, אבער די ארץ ישראל'דיגע אידן האבן דאס צום ערשטן מאל איינגעזען אזוי אפן און קלאר.

אצינד, די העדה החרדית האבן באקומען מער א פערזענליכע "מעסעדזש" פון ר' אהרן אז ער וויל זיך מוציא זיין מן הכלל, דורכדעם וואס ער האט זיך בדווקא נישט געוואלט טרעפן מיט'ן ירושלימ'ער רב שליט"א און מיט די חברי הבד"ץ און מיט די אלע מנהיגי הקהילות הקודש. און זייער תירוץ אז "פשוט ווייל ער האט זיך קאנצעטרירט בלויז אויף בני ברק" קלעבט זיך זייער שווער אויפ'ן שכל פון א נארמאלער מענטש (א חוץ אן ארוני, וואס גלייבט דאס היות ער איז א חסיד), די געפילן לאזן נישט משלים זיין מיט'ן מציאות אז א "סאטמאר'ער רבי" איז געקומען אין ארץ ישראל און ער האט נישט באזוכט דעם ירושלימ'ער רב שליט"א, פשוט ווייל ער איז געווען אין בני ברק!. אזוי ווי דער ברך משה וואלט געקומען קיין ארץ ישראל (און לאמיר זאגן אפי' ער וואלט געקומען יעדעס יאר) און זיך נישט געטראפן מיט'ן מנחת יצחק און מיט הרמ"א פריינד, פשוט ווייל ער איז געווען נאר אין בני ברק... וואס זאל מען טון אז עס קויפט זיך נישט אפ.

און אפשר זאגט איר מיר וואס איז פשט אז דער ר' אהרן האט נישט געקענט משלים זיין אז נאך איין לינקער רבי האט ער נאכנישט באזוכט, דער סערט-וויז'ניצער רבי פון חיפה, און לכבוד דעם איז ער געפארן קיין חיפה (כאטש ער האט זיך קאנצעטרירט נאר אויף בני ברק) פשוט ווייל עס איז אונטערוועגנס קיין מירון! און דער "נימוס" זאגט אזוי אז ווען מ'איז נאענט צו א צדיק מיט קנאפע פופצן מינוט דארף מען אריינגיין אויף א באזוך, נישט ווייל מ'וויל אים/זיך מחזק זיין, פשוט וועגן נימוס! און וואו איז נעלם געווארן דער נימוס ווען ער איז געווען אין טעלז סטון צו באזוכן דעם בעלזער, וואס דאס איז ווייט פון ירושלימ'ער רב'ס שטוב מיט פינף-צען מינוט, נאך א קלענערע אומוועג פון צו פארן קיין חיפה, און ער איז נישט געגאנגען אים באזוכן. (איי וועסטו זאגן אז אין ירושלים וואוינען נאך רבנים, און ער קען נישט אנהייבן מיט באזוכן'ס, דעמאלט וויל איך דיר מודיע זיין אז אין חיפה וואוינען אויך נאך רבנים, האדמורי"ם משאץ –וויז'ניץ, נדבורנא חיפה, ועוד. און אויב דא פארשטייט ער אז דער סערט'ער צוליב זיין גרויסן פערזענליכקייט איז אנדערש ווי די אנדערע, קען מען נאך אויך פארשטיין אז להבדיל דער ירושלימ'ער רב איז אויך אנדערש ווי אנדערע רבנים. און דאס איז אלעס לדבריך לויט א קאפ פון א ארוני - א חסיד וואס קויפט נארמאל אפ יעדע תירוץ צו פארגלעטן זיין רבי'ן. אבער ביי יעדן נארמאלער מענטש איז קושיא מעיקרא ליתא).
און דאס עצם פאקט אז ער איז געגאנגען מרצונו הטוב באזוכן דעם סערט'ער איז א שפיז אין די העדה החרדית און אין די יהדות החרדית, ווי באקאנט איז סערט וויז'ניץ פון די ערשטע וואס האבן אנגעהויבן צו לערנען תוכנית הליב"ה רח"ל, און אין די לעצטע פאר חדשים האט די העדה החרדית געפירט א שווערע מערכה מיט זיי, זיי האבן קודם אראפגעשיקט א משלחת צום רבי'ן אליין און אים אויפקלערן דעם חומר הדבר אז מיט דעם ברענגט מען אריין פשוט שמד אין כלל ישראל, און ער פייפט זיי אן. די עסקנים וואס ארבעטן אין דעם געביט להצלת חינוך הטהור ווייסן אז מיט דעם וואס סערט וויז'ניץ האבן אנגעהויבן צו לערנען ליב"ה איז דאס די גרעסטע אסון פון כלל ישראל, און פאר אים האט דער "סאטמארער רבי ממשיך דרכו של רבוה"ק זי"ע" געזען פאר וויכטיג אריינצופארן קיין חיפה אפשטאטן א באזוך, וואס דורך אזעלכע חיזוק ברעכט מען פשוט אונטער די מערכה וואס די ערליכע אידן אין א"י פירן להצלת הדור מכליון רוחני.

און בכלל איז דאס נישט קיין סוד, אז עס איז געווען אן ערנסטע נושא ביי די יועצים פון ר' אהרן ווי אזוי מ'וועט אפווישן אויך די פלעק אז די גאס רעדט אז ר' אהרן וויל נישט באזוכן דעם ירושלימ'ער רב, עס וועט דאך קענען שאדן פאר אפאר ארונים וואס וועלן דאס נישט אזוי גרינג אראפשלונגען (זעט אויס אז נישט יעדער איז 'לאנצוט' און 'רב הסוער'), מילא האבן זיי פרובירט איבערצודרייען וועלטן אז אחרי ככלות הכל, נאך די אלע שלום'ס וואס ער האט געמאכט מיט די לינקע רבנים, זאל ער אויך שלום מאכן מיט'ן ירושלימ'ער רב שליט"א, און די יועצים זיינע האבן געארבעט אומערמידליך אים מסביר צו זיין מיט אלע סארט הסברים אז מ'טאר נישט אוועקפארן פון ארץ ישראל אנדעם וואס מ'וועט זיך טרעפן מיט'ן ירושלימ'ער רב, אנדערש וועט ארויסקומען א שווערע מיאוס'ע פייט, און כאטש וואס אליבא דאמת דארף מען אים נישט באזוכן ווייל "מ'קאנצעטרירט זיך נאר אויף בני ברק" מיט-דעם-אלעם וויבאלד עס איז ארויסגעקומען א שטונק אויף די גאס אז ס'הערשט א מחלוקת צווישן ירושלי'מער רב מיט ר' אהרן מילא מוז מען ווייזן פאר די גאס א פיקטשער ווי ר' אהרן לאכט צום ירושלימ'ער רב און מיט דעם וועט מען אלעס פארווישן, מ'האט פרובירט מיט אלע מיטלען, אפי' מיט'ן אפשטופן א טאג די נסיעה דערוועגן, אבער והוא באחד ומי ישיבנו: "איך וויל זיך נישט טרעפן מיט אים, איך קען אים נישט קוקן אין פנים"... (דאס זאגט ער אויך פאר יעדן בחור'ל וואס רעדט מיט אים דערוועגן, נישט פון היינט, נאר זייט די עבירה אז ער איז אריינגעגאנגען אין סאסמאן שול רח"ל). אבער אזוי פיל ווייסן נישט זיינע יועצים אז דער ירושלימ'ער רב גופא איז נאך צען מאל שארפער געווען זיך צו טרעפן מיט ר' אהרן, דער ירושלימ'ער רב איז ב"ה נישט קיין נער און ער פארשטייט גאנץ גוט אז דאס אלעס וואס זיי ווילן א באזוך איז נאר אראפצונעמען אויך די ביסל אומאגענעמקייט און זיך פילן באקוועם אויך ביים ציבור אויסער בעלזא מיט סערט, מילא האלט ער נישט ביים זיין זייער שטעקן.

און דער ירושלימ'ער רב האט געזאגט פאר זיין איידעם הרב משה הערש לעבאוויטש, אז אוודאי אויב זיי וועלן זיך מעלדן אז ער וויל אים באזוכן וועט ער נישט קענען אפזאגן און נישט אריינלאזן, אבער ער וועט אים זאגן וואס ער האט צו זאגן... און ווער עס האט געכאפט א שמועס מיט'ן ירושלימ'ער רב די לעטצע פאר טאג און האט געזען ווי עס האט געברענט אין אים דער הורס חומת ההתבדלות קען זיך אליין פארשטעלן וואס ער האט אים געהאט צו זאגן...
און כאפט יעצט א שמועס מיט יעדן חבר הבד"ץ פון דע העדה החרדית, מיט יעדן מנהיג ישראל פון די פרומע קרייזן, איבער דעם ארויסשטעל פון דעם ר' אהרן'ען אקעגן די יהדות החרדית, און ווערט געוואויר מי לה' ומי לבעל. ענק האבן א מזל אז נאר איין חבר הבד"ץ (הגר"י ראזענבערגער) האט געהאט די וואך די מייקרעפאן אין זיין האנט במעמד אלופי אלפי ישראל און האט באוויינט דעם חורבן לדורות " אידן וואס פאררופן זיך מנהיגי ישראל קומען דא צוברעכן די חומת ההתבדלות" (כלשונו).

און "מערכת העדה" די שופר פון די העדה החרדית האט טאקע אזוי געשלאסן די באזוך, וואס יעדער זעט דערין אז די העדה פארעפנטליך א מלחמת חרמה מיט ר' אהרן להוקיע אותו ממחנה היהדות החרדית. נאך אזא מלכות'דיגן באזוך פון א "סאטמאר'ער רבי" האבן זיי כמעט נישט געדעקט דעם באזוך, זיי האבן נישט אריינגעשטעלט קיין איין איינציגן בילד פונעם באזוך, נאך דערצו האבן זיי די וואך אריינגעלייגט א "סקר נרחב" פון די באזוך פון מרן ראב"ד סאטמאר שליט"א בארה"ק בייגעלייגט מיט בילדער פון זיין באזוך ביים ירושלימ'ער רב שליט"א און ביי די מוסדות החינוך עטה"ק סאטמאר, רמ"א, עטרת יהושע, ועוד. און ועל כולם, האבן זיי די וואך געפינען פאר פאסיג אריינצושטעלן א גרויסע נייעס מיט'ן קעפל "כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בדרשה חוצבת להבות אש לימין היהדות הנאמנה בארה"ק. במעמד אדיר לטובת מוסדות סאטמאר ב"פ הביע את תמיכתו ואת אהדתו לימין היראים בארץ ישראל אשר לא כרעו לבעל, ולימינו עוז של רבינו הגדול כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א העומד בראש המערכה". און נאך דעם שרייענדיגן קעפל ברענגען זיי אראפ די אינהאלט פון די דברות קודש פון רבינו שליט"א איבער די רדיפת הדת אין ארץ ישראל, וואס זיינע דברי חיזוק (וואס ער לאזט דאס כסדר הערן ביי יעדע געלעגנהייט) איז די גרעסטע חיזוק פאר די יראי ה' אין ארה"ק, זיי ברענגען אראפ וואס דער רבי האט דערמאנט אין די דרשה איבערדעם וואס די ציונים שר"י ווילן משתיק זיין די קול מחאה פון דעם יהדות החרדית דורכ'ן איינזעצן אידן אין טורמע, אנגעהויבן מיט'ן גבאי'ן פון ירושלימ'ער רב, און אצינד הר"ר שמואל לובעצקי וועלכער שטיצט הונדערטער יונגעלייט מיט זיינע כוללים על טהרת הקודש. און די 'העדה' שליסן זייערע ווערטער דאינה משתמעת לתרי אנפין:
כ"ק האדמו"ר שליט"א הקשור בעבותות ידידות ועומד כל העת לימין מרן הגאב"ד שליט"א זועק מנהמת לבבו: "לא ננוח ולא נשקוט נגד רשעי עמנו החפצים לבצע זממם היל"ת, כולנו נעמוד לימינו עוז של מרן גאב"ד ירושלים שליט"א ולימין כלל היראים בארה"ק, גולת אריאל תעשה כל טצדקי לתמוך ולסייע בידי ראשי מערכות ישראל בארה"ק, ותכריז ברמה כי לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים".

קאמענטארן דערויף זענען גענצליך איבריג! מ'דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צו פארשטיין און ארויסהאבן פון די ארטיקלען וואס איז די באשליסונג פון די העדה החרדית. און בידעי ומכירי קאמינא, די מערכת העדה זענען אריבערגעגאנגען דעם דינסטאג א שווערע טאג פון טעראר מצד די ארונים אז זיי זאלן דעקן דעם באזוך אזוי ווי עס פאסט זיך פאר א סאטמאר'ער רבי, און זיי האבן געקענט באשטיין דערצו ווייל זיי האבן נישט קיין שום מיינונג אין די סאטמאר'ער פאליטיק, און צו וואס פעלט זיי אויס סתם קאפ-וויי און פרעשור, און זיי האבן געהאט צוגעגרייט א ארטיקל (וואס א טייל דערפון האבן זיי טאקע אריינגעלייגט לערבב השטן) און צוויי גאנצע עמודים פאר בילדער פונעם גאנצן באזוך, אבער די הנהלת העדה האבן דאס אפגעשטעלט למען כבודו של מרן הגאב"ד שליט"א ולמען כבודו של העדה החרדית. יא! צו אויסרופן פאר די וועלט מיר האבן נישט קיין מורא פון זיי! מיר זענען זיך אינגאנצן מתבדל פון זיי! הבדלו מתוך העדה הזאת!

די מרנן ורבנן שרי התורה חברי הבד"ץ שליט"א האבן אויך די זעלבע אויסגערופן בריש גלי, ביים מעמד "יובל השישים" צוזאמען מיט די צענטראלע "שבע ברכות" וואס זיי האבן פערזענליך געלאדנט אלע רבנים פון די העדה החרדית - אגב צו די גרויסע חתונה אין פתח תקוה האבן זיי געלאדנט אלע רבנים פון די העדה, אויסער זייערע צוויי בלוטיגע שונאים דעם ירושלימ'ער רב שליט"א מיט הגאון ר' אברהם יצחק אוללמאן שליט"א ווייל זיי זענען שוין געווען אקעגן זיי נאך איידער עס איז נתגלה קלונו געווען ביים יעצטיגן באזוך, און פארשטייט זיך אז אויף אזא אופן איז קיינער פון די רבנים נישט געקומען אויסער הרב פרענקל צוליב די דין תורה פון סאטמאר בני ברק, וואו הרב פרענקל איז דער שליש. און דא רעדט מען נישט פון קיין כ"א כסליו סעודה מ'רעדט פון א חתונה – און היות זיי זענען נישט געקומען צו די חתונה האבן זיי געבעטן אז כאטש צו די צענטראלע שבע ברכות וואס איז צוזאמען מיט א מעמד יובל השישים וואס מ'גרייט זיך שוין א האלבע יאר דערויף זאלן זיי קומען. און אלע רבנים האבן זיי געענטפערט קלאר און דייטלעך: כל זמן דער "זיידע" פון דעם חתן ר' אהרן זיצט דארט קענען מיר נישט גיין דארט, אויסער אז ער וועט "שלום מאכן" מיט די העדה החרדית און מיט'ן ירושלימ'ער רב שליט"א... שלום מוז מען נישט מאכן נאר מיט בעלזא ווייל זיי זענען לינקע, מ'מעג אויך שלום מאכן מיט די העדה החרדית. [די חברי הבד"ץ ענטפערן דאס פאר יעדן, רוף זיי אן און הער וואס זיי זאגן].
נאך איין קליין פרט וואס איך האב דא געוואלט מוחה זיין אקעגן די וואס טענה'ן אז א "סאטמאר'ער רבי" קומט קיין ארץ ישראל און ער באזוכט נישט די מוסדות התורה, אזוי ווי רבוה"ק פלעגן טון, וואס דאס איז געווען די מטרה פונעם באזוך צו מחזק זיין די מוסדות התורה. האב איך געוואלט מוחה זיין אז דאס איז נישט אמת, עס איז שקר וכזב: ר' אהרן איז יא געגאנגען באזוכן און מחזק זיין די תלמוד תורה פון זיין שוואגער ר' מענדל האגער!. איי אין בני ברק איז דאך דא עטליכע תלמודי תורה'ס "על טהרת הקודש", ווי צ.ב.ש. דושינסקיא, בוהוש, מוסדות דרבינו יואל לבני הספרדים, ת"ת תשב"ר, און נאך ת"ת, קען מען אפשר מיישב זיין אז ער האט נישט געוואלט "אנהייבן" צו באזוכן די רעכטע תלמודי תורה'ס ווייל אז ער וועט אנהייבן מיט איינעם וועט ער מוזן גיין צו יעדן... אבי מ'האט טענות אויף אים.

ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!. מצד אחד איז דאס טאקע א ווייטאג אז א עדה בישראל זענען יעצט ענדגילטיג אויסגעשלאסן געווארן פונעם יהדות החרדית. אבער מדה טובה מרובה אז פון יעצט און ווייטער וועלן די ערליכע אידן בארץ ובגולה קענען פריי אפאטעמען וואוסנדיג אז מיר האבן מער נישט קיין שייכות מיט זיי! זיי זענען ביי אונזערע אויגן פונקט ווי גור מיט סערט וויז'ניץ! והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת...

 יא! מיר שעמען זיך נישט כאטשיג די ארונים רופן אונז אן סיקריקים, מיר שעמען זיך נישט כאטשיג זיי באטיטלען אונזער ירושלימ'ער רב "ראש ישיבת פאר התורה" רח"ל, אונז גיימיר ווייטער בדרך רבותינו הק' והנמשכת ע"י מרן רבינו שליט"א און "כולנו נעמוד לימינו עוז של מרן גאב"ד ירושלים שליט"א ולימין כלל היראים בארה"ק".

יום שני, 20 בפברואר 2012

א בריוו פון א ירושליימער איד צו אן אהרוני


כבוד ידידי היקר והחשוב          הי"ו
איך האב געזען דיין באריכט איבער די שיינע נסיעה פון דיין רבי'ן בארה"ק. יא, אלעס פיין און וואויל, טאקע א שיינע באזוך, אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי!.... ווען דאס וואלט געווען באבוב'ער רבי אדער סקווירא וואלט איך מסכים געווען מיט דיר אז די נסיעה איז אריבער מיט די גרעסטע סוקסעס. אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי!

1.      ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, צי אין יאר תשכ"ה צי אין יאר תשנ"ד, האבן די גאנצע יהדות החרדית אין ארץ ישראל, ובעיקר אין ירושלים, מיטגעלעבט די יו"ט'דיגע טעג מיט צוויי וואכן בעפאר. משא"כ יעצט איז די ירושלימ'ער גאסן טויט, מ'איז נאר געוואויר געווארן אז ער איז געקומען קיין א"י דורך זיין פגישה מיט'ן בעלזער און דורך די פאשקעווילן וואס הענגט בחוצות ירושלים כנגדו. . – ווער האט דען גע'חלומ'ט תשנ"ד ביי די מסע המלכות פון סאטמאר'ער רבי זי"ע ווען פון יעדן ווינקל פון די ירושלימ'ער גאסן האט ארויסגעשריגן א יו"ט'דיגע שטימונג, אז ווען דער קומענדיגער סאטמאר'ער רבי וועט קומען קיין ארץ ישראל וועט קיין נפש חיה אין ירושלים נישט וויסן בכלל דערפון, און ווען נישט די פלאקאטן אין די גאסן אקעגן אים וואלט מען נאך ביז יעצט נישט געוואוסט פון דעם ביאת צדיק לעיר. איי וועסטו ענטפערן אז די באזוך פון דיין רבי'ן איז געווידמעט נאר פאר בני ברק, הא גופא קשיא! פארוואס טאקע קומט ער נישט אריין אין ירושלים?! פארוואס האבן רבוה"ק מסאטמאר נישט געדארפט האבן אזוינע תירוצים אז זיי זענען געקומען נאר אין ב"ב?!.

2.     ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  איז די מטרה געווען צו מחזק זיין די יראים ונקיי הדעת שבירושלים וואס האבן אויסצושטיין ביטערע צייטן פון די מלכות הרשעה, מחזק זיין די העדה החרדית וכו', אלע רבנים פון די העדה און פון די פרומע קהילות האבן באזוכט און ענטפאנגען דעם מנהיג העדה, אצינד ווען דער א.ג. סאטמאר'ער רבי איז געקומען קיין א"י האט ער שוין אנגעיאגט צו באזוכן אלע לינקע רבנים, גור, בעלזא, באיאן, הגר"נ קרליץ, ווי'זניץ, טשערנאביל, וכו' וכו', אבער מיט די אלע רעכטע רבנים וויל ער זיך נישט טרעפן... ניטאמאל מיט'ן "מרא דאתרא" גאב"ד קרית יואל ב"ב שליט"א וועלכער איז נתמנה געווארן דורך רביה"ק זי"ע אלס רב אין ב"ב און ער האט נאך אזוי דעם דין פון מרא דאתרא אזוי ווי דיין רבי אין קרית יואל, גייט ער נישט באזוכן...  איי וועסטו מיר ענטפערן אז דער רבי זי"ע און דער בר"מ האבן זיך אויך געטראפן מיט גור הרב שך וכו', פארשטייסטו גאנץ גוט אז נישט דאס איז געווען דער עיקר און די מטרה פון דעם באזוך, נאר נאך וואס ער האט מחזק געווען די העדה החרדית און אלע ערליכע רבנים האבן זיי אויך אריינגעווארפן א ביינדל פאר די א.ד. רבנים, און דאס איז געווען א טפל לגבי דעם עיקר, אבער באזוכן "נאר" די לינקע רבנים, און נישט די ערליכע רבנים אין א"י וואס דארפן יעצט אזוי פיל חיזוק שטייענדיג אין אזעלכע שווערע צייטן, אויף דעם דארף מען זיין א אנטיסעמיט און פיינט האבן דעם ויואל משה...


3.    ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, זענען די אלע מוסדות התורה עטה"ק ארויסגעקומען מיט ווארימע באגריסונגען לכבודם, זייענדיג דער מגן החינוך הטהור און דער עמוד התווך פון די אלע מוסדות'ן עטה"ק אין א"י. אצינד ביים יעצטיגן באזוך, איז נישטא קיין איין איינציגן צעטל אויסער שומרי החומות (...) פשוט ווייל דער רבי לאזט נישט מ'זאל הענגען צעטלען... – איך פאדער שוין נישט אז ער זאל זיין אזוי ווי די סאטמאר'ער רבי'ס, אבער לכל הפחות אזוי ווי דער סאטמאר'ער ראב"ד, וואס פילע מוסדות התורה האבן פארשטאנען ארויסצוהענגען באגריסונגען לכבודו, פילע מוסדות התורה האבן אויסגענוצט זיין באזוך לחזק ולרומם די מבצרי התורה, געטיילט שווערע געלטער פאר עטליכע מוסדות התורה עטה"ק, וכו'



4.   ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, האבן אלע מוסדות התורה עטה"ק ארויסגעשיקט זייערע תלמידים פון די מוסדות צו ענטפאנגען דעם מגן החינוך הטהור, (און אפי' ווען סאטמאר'ער ראב"ד איז געקומען קיין א"י האבן די מוסדות'ן עטה"ק ארויסגעשיקט די קינדער און די בחורי הישיבות), און ביים יעצטיגן באזוך פון זייער "ממלא מקום וממשיך דרכם" איז מען געצווינגען צו זאגן אז דער רבי "לאזט נישט" פאר די מוסדות'ן מ'זאל ארויסשיקן זייערע קינדער, פשוט ווייל ער האט פיינט כבוד און אינטענטשן. 

די בעסטע איז יעצט פאר דיר צו נוצן די סטעייטמענט פון דיין רבי'ן: ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט... און מיט דעם ביסטו פטור אן עסק


5. ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  האבן די ערליכע אידן אין ארץ ישראל געזיגט און געפייערט א נצחון אין די לינקע פארטייען, די ערליכע אידן זענען געגאנגען מיט א קאפ ארויף און גוטמוטיג, ווידער ביים יעצטיגן באזוך וואס דער קלימאקס דערפון איז געווען די פגישה מיט'ן בעלזער, וואס דאס מיינט אריינגעשטאכן א שפיז אין די פרומע ערליכע אידן, און עמטליך אויסגערופן קבל עם ומלואה, מיר זענען נישט אזוי פארנאטיש ווי דער ויואל משה און דער ברך משה זענען געווען, נשתנו העתים וכו'. זענען די אלע ליבעראלע און לינקע פארטייען מיט א קאפ ארויף און צופרידן מיט'ן נייעם סאטמאר'ער רבי דער אוהב שלום, ווידער די יראי ה' זענען צובראכן און צושטאכן לשברי שברים אז אזוינס האט מען געקענט דערלעבן. – און כדי זיך צו שפירן געשמאק פיטערט מען ענק מיט דברי זלזול וליצנות אויף די ערליכע אידן , ווי סיקריקים וכדו', און אז נישט דאס איז געווען די שיטה פון דעם דברי יואל וכו' וכו'. לאמיר זיך נישט נארן: די "זעלבע" ערליכע אידן און רבנים וועלכע פלעגן ארויסקומען מחוזק פון די באזוכן פון די סאטמארע'ר רבי'ס, די "זעלבע" אידן זענען יעצט ארויס צעשאסן פון דעם שפיז וואס דיין רבי האט אריינגעשטאכן אין זיי. און די שינוי השמות סקריקים, קיצונים, מחריבי קרתא וכו' מאכן גארנישט אויס. דער אמת בלייבט די זעלבע.


6.   ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  פלעגט דער גאב"ד ירושלים און די אלע רבנים פון די העדה החרדית זיך אינגאנצן מכניע זיין און מקבל מרות זיין פון רבותינו הק', משא"כ יעצט האבן מיר דערלעבט אז דער גרויסער מנהיג העדה און לוחם מלחמות ה' מרן גאב"ד ירושלים שליט"א וויל נישט קענען דעם פערזאן און לאזט הערן אויף אים שארפע ווערטער, וואס ער לאזט נישט הערן אויף קיין שום אנדערן מנהיג בישראל. און ענקערע הוגי דיעות זענען ווידעראמאל געצוואונגען – כדי צו בארואיגן ענקערע געמיטער – צו ענק פיטערן מיט דברי זלזול וליצנות אויפ'ן ירושלימ'ער רב שליט"א (אשר כזאת לא היתה מאז ישראל היתה לגוי), און עטס פילט זיך אויפ'ן זיבעטן הימל אז מ'באטיטלט אים מיט'ן טיטל ראש ישיבת "פאר התורה" און מיט דעם האט מען אים אוועקגעלייגט אויף אייביג... אזוי ווי ענק האבן אוועקגעלייגט אונזערע אלע רבנים און בנינים וכו' דורכ'ן געבן א שינוי השם. נעבעך, נעבעך..

איך זעה אז איך האב מיך אריינגעלאזט אין א זאך וואס איך וועל נישט פערטיג ווערן, סא לאמיר שליסן מיינע ווערטער, מיט דעם וואס איך האב אנגעהויבן, עס איז טאקע אריבער זייער א שיינע באזוך אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי... כאטש די גאנצע לינקע גאס איז שטארק צופרידן מיט דיין רבי'ן איבערדעם וואס ער האט אראפגענומען דעם אלטן פלעק פון סאטמאר, אבער יעדער פון זיי פארשטייט גאנץ גוט אז "לשיטתם" פון סאטמאר זענען די זאליס גערעכט, יעדער חילוני פארשטייט אז "לשיטת סאטמאר" איז דיין רבי נישט קיין סאטמאר'ער רבי, און היינט זעט יעדער קלאר אז מ'האט נישט גענומען דעם יונגערן ברודער סתם אזוי, און אז די קריג פון סאטמאר איז נישט וועלכער רבי קען זאגן שענערע תורה'ס, נאר מ'קריגט זיך אויף יסודות פון זייער אידיעאלאגיע...
די בעסטע איז יעצט פאר דיר צו נוצן די סטעייטמענט פון דיין רבי'ן: ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט... און מיט דעם ביסטו פטור אן עסק

יום שבת, 18 בפברואר 2012

וויזניצער זענען פול מיט צארן אויפן אהרוני וואס איז נישט געקומען צום 'שבע ברכות' און זאגן אז א מזל זיין נאמען איז נישט בן ציון ווייל דאן וואלטן די סאטמארער געהאט א זאלוני מיט א ציוני

אלע האבן געווארט אויף דעם מאמענט זעהן די צוויי רבי'ס דער אהרוני מיט דעם בעלזער צוזאמען אין ויזניץ. עס איז געווען געפלאנט זיי זאלן זיצן איינער נעבן אנדערן, אדער ווי ישראל'צע האט צוגעזאט אז מען וועט זיי זעצן פון ביידע זייטן פון וויזניצער, דאס וואלט געווען דאס ערשטע מאל אין די היסטאריע אזא בילד

הונדערטער קאמרעס זענען געווען גרייט ביי יעדן כאפן די בילד, אבער ביידע זענען ענדע נישט געקומען. דער בעלזער האט געהאט א תירוץ אז ער האט געענדיגט דעם טיש שפעט, עס איז געווען א יארצייט פון מיטעלער בעלזער רבי, אבער דער אהרוני ער האט קיין תירוץ נישט געהאט, ווייל ער איז געקומען מיט די קאר ביז וויזניץ, און ווען ער האט געהערט אז דער בעלזער קומט נישט איז ער נישט אריין

די וויזניצער האבן געזאגט אז עס איז א חוצפה, ער האט מורא געהאט אז מען וועט מאכן פיקטשעס פון אים מיטן וויזניצער מחזק זיין אז ער איז א ציוני, און אויף דעם האבן די וויזניצער געזאגט, אז ווען דער ברך משה זאל האבן א זון בן ציון וואלטן געווען אין סאטמאר אן אהרוני, זאלוני, און ציוני

'שבנא וסיעתו' - די 'עדה החרדית' נעמט זיך שטארק צום אהרוני

עס איז געווען קלאר ווי דער טאג אז זיי וועלן זיך נעמען צו אים, די פאשקעווילן שרייבער פון די 'עדה החרדית' האבן שוין געשאסן מיט א פאשקעוויל וואס שרייט 'שבנא וסיעתו' געמאכט קלאר אז נאר דער אהרוני האט שלום געמאכט מיט דעם בעלזער, און נישט זיי

אויפן בעלזער שרייבן זיי קלאר אז עס רעדט זיך אין א שרץ, אבער דאס איז קיין חידוש נישט. אויפן אהרוני שרייבן זיי שארף און נישט סתם, מאכן קלאר אז ער איז א בעל תאוה א גראבער יונג

אזוי שרייבן זיי:

"מול המחזה המביש כאשר בעבור תאוות וכבוד המדומה נפגשו יחדיו, אחד אשר התיימר לייצג את היהדות החרדית בגולת אריאל עם השני אשר לפני שלושים שנה ויותר רצה להשתלט על היהדות החרדית.
"מני אז, מבצע מהלכים מסוכנים 'רעפארם' בתוככי קהילתו בשונה ובאופן חמור ביותר, מכל מחנה פורצי גדר למיניהם לפרוץ פרצות בחומת דת ישראל. אשר כולם היו גדורים בה מאז ומתמיד ולשנות את צביון היהדות החרדית ללא היכר".
המתקפה בעיקרה מופנית כלפי האדמו"ר מסאטמר. הוא מכונה:
 "אדון המתיימר אשר ממרחקים הגיע להרוס ולרמוס חצרי, ובהתרפסות לשגעון הפרסומת את מלחמת ההתבדלות אשר היתה באמנה עלי בני תומר בשצף קצף מנסה להשכיח, תקע סכין בלב ליבה של היהדות הנאמנה, להכשיר את השרץ בק'ן טעמים שדופות קדים"

פון דעם בעלזער מאכן זיי א רעפארמער, און פון דעם אהרוני מאכן זיי שבנא, און זאגן קלאר אז ער איז דער מהרס הדת אין ירושלים

שלום אליעזר האט נישט געוואלט זיין די 'כפרה הינדל' און נישט מיטגעקומען קיין בעלזא

אוואו ער קען זיך אריינשטופן שטופ ער זיך אריין, און דא פלוצלונג אוואו ער קען כאפן גאר שיינע פיקטשעס נעבן זיין ברודער איז ער נישטא, ער וויל דארטן נישט זיין

שלום אליעזר האט נישט געזוכט קיין צרות, געזאגט אז אויף דעם 'כבוד' איז ער מוותר, און בשום אויפן נישט געוואלט מיטקומען צום בעלזער ער זאל זיך קענען ריינוואשן טענה'ן אז ער האט גארנישט מיט דעם

דא איז צובאמערקן אז דער אהרוני האט געוואלט ער זאל מיטקומען באווייזן די בעלזער אז עס איז שלום מיט אלע אהרונים, אבער שלום אליעזר האט נישט געוואלט זיין דער כפרה הינדל, און נישט מיטגעקומען אזוי געלערנט די בעלזער אז דער אהרוני איז טאקע געקומען אבער די אהרונים זענען זייער ווייט פון בעלזא

יום חמישי, 16 בפברואר 2012

מען האט נישט געשטעלט קיין וויין ביים באזוך פון אהרוני ביים בעלזער

א סאך תנאים האט געשטעלט דער אהרוני פארן בעלזער, געזאגט אז אן דעם קען ער נישט קומען, דאס ערשטע חלילה נישט לייגן אויפן טיש קיינע פראדוקטן מיטן הכשר פון בעלזא, דעריבער האט מען געשטעלט נאר פירות און געגעבן א גלאז טה. דאס צווייטע, אז דער חבר בית המינים ישראל אייכלער זאל חלילה נישט זיין אין הויז ווען דער אהרוני קומט, און דאס דריטע דאס שווערסטע מען זאל קיין  וויין נישט שטעלן

עס איז א גרויסער וואונדער אויף דעם בעלזער וואס ער האט מסכים געווען אויף די אלע תנאים, געלאפן בעטן מחילה, זיך אזוי אראפגעבויגן פארן אהרוני, חלילה זיך נישט טרעפן אין ירושלים און נאך אנדערע אזעלכע זאכן. צו יעדער זאך האט געהאט דער אהרוני א תירוץ. מחילה איז צו בארואיגן זיינע קנאים. ירושלים אזוי זיך ארויסדרייען נישט דארפן גיין באזוכן רבנים אין ירושלים, וואס דאס איז נישט דער אמת, ווייל געמיינט האט ער נישט מער ווי א יחיד הרב ווייס, ווען ער זאל נישט זיין אין ירושלים וואלט ער געקומען קיין ירושלים

אויך דער זיך טרעפן 1 ביינאכט און קומען מיט בריונים וואס האלטן אין די הענט רעוואלווערס, נישט געלאזן זאלן זיין קיינע פאטאגראפירער אויסער א יחיד וואס מוז איבערגעבן דעם דיסק גלייך פאר בעלזא און זיי צוזאמען מיט די אהרונים האבן באשלאסן וועלכע בילד מעג ארויסגיין צו די פרעסע און וועלכע נישט

יעצט האנדלעט מען ווי עס זאל אויסקוקן דער באזוך פון בעזלער ביים אהרוני, און וואס מעג מען טאן היינט ביינאכט ביים שבע ברכות אין וויזניץ. וואס עס איז זיכער אז פארן פרעזידענט פון אמעריקע שטעלט מען נישט אזוי פיל תנאים ווי מען שטעלט ביי דעם אהרוני און בעלזער

באזוך פון אהרוני ביים בעלזער נקמה אין הרב טוביה ווייס גאב"ד פון די 'עדה החרדית'

יעצט נאך דעם באזוך האבן די אהרונים ארויסגעגעבן זייער גירסה פארוואס דער אהרוני איז געגאנגען צום בעלזער וואס ער וואלט בשום אויפן נישט געטאן אויב ער וואלט געלעבט בשלום מיט הרב ווייס'ן

צווישן דעם אהרוני מיט הרב ווייס'ן איז שוין א לאנגע צייט מחלוקת איבער די שול פון די זאלונים אין קרית יואל. דער אהרוני האט געפאדערט פון הרב ווייס ער זאל שרייבן א בריוו אז דער אהרוני איז דער מרא דאתרא און קיינער קען קיין שול נישט עפענען אן זיין רשות. הרב ווייס האט נישט געוואלט געבן קיין בריוו זאגענדיג אז ער מישט זיך נישט אין די פאליטיק פון סאטמאר

צודערצו האט געהאט הרב ווייס נאך א גוטן הסבר, אז ער איז רב פון ירושלים און נישט פון קרית יואל, אדער אמעריקע, און בעסער ער זאל זיך ווענדן צו רבנים אין אמעריקע

שוין א לאנגע צייט וואס דער אהרוני גייט ארום מיט א פולע הארץ קעגן הרב ווייס אבער געשפילט די פאליטיק אזוי ווי עס איז גארנישט געשען ביז מיט א צייט צוריק ווען הרב ווייס איז געווען אין אמעריקע און געדאווענט אין די שול פון די זאלונים אין קרית יואל. דאס איז געווען א מעסער אין הארצן פון דעם אהרוני וואס האט באשלאסן אז ער נעמט זיך גלייך צו דער נקמה

ער האט זיך געוואנדן צום בעזלער געזאגט קום שלום מאכן, געוואלט מיט דעם שלאגן צוריק הרב ווייס'ן וואס איז גאב"ד פון די 'עדה החרדית' וואס לעבט אין מחלוקת מיט די בעזלער וואס האבן אן אייגענעם בית דין און אן אייגענע שחיטה וואס לויט די 'עדה החרדית' האבן נאר זיי דעם מאנאפאל אויף די צוויי ענינים

יום רביעי, 15 בפברואר 2012

ווי א רויבער אינמיטן אויף דער נאכט האט זיך דער אהרוני אריינגעכאפט אין די הויז פון בעלזער אין באגלייטונג פון בריונים מיט רעוואלווערס

אזוי האט דאס אויסגעקוקט, אין די גאסן ארום זענען געשטאנען בריונים מיט רעוואלווערס אכטונג געגבן אז קיינער זאל נישט זיין אויפן פלאץ ווען דער אהרוני קומט, מען זאל נישט קענען נעמען קיינע פיקטשעס. עס איז געווען 1 ביינאכט ארץ ישראל'דיגע צייט ווען דער אהרוני איז אנגעקומען קיין טעלז סטאן, מען האט פארמאכט די שטעטל קיין נפש חיה זאל נישט קענען אריינגיין אזוי פארזיכערט אז דער אהרוני כאפט זיך אריין מיט 3 גבאים קיינער זאל נישט קענען נעמען קיינע פיקטשעס און אזוי זיך פארמאכט מיט דעם בעלזער אויף א האלבע שעה. דער בעלזער האט געהאט מיט זיך א גרופע פון חסידים מיטן זון

דער אהרוני האט געזאגט דעם בעזלער אז ער איז היינט דער גרעסטער רבי אויף דער וועלט און דער בעלזער האט אים א שטאך געטאן געפרעגט וויפיהל טליתים ער האט, גערדעט וועגן א קאאליציע פון בעלזא מיט די אהרונים אבער דער אהרוני האט אים געזאגט אז ער האט א צרה מיט איינעם א טעלער וואס שרייבט קונטרסים קעגן בעלזא אוןן האט נישט קיין כח צו אים

אפיציעל האט מען נישט אריינגעלאזן קיינעם נעמען פיקטשעס אויסער א יחיד וואס האט גענומען עטליכע פיקטשעס וואס ליגן אין די הענט פון בעלזא וואס האט צוגעזאגט זיי ארויסגעבן אין די קומענדע שעה'ן

דער אהרוני איז צוריק געפארן קיין בני ברק אפגעאטעמט געזאגט ברוך שפטרני פון די צרה, אבער פארשטייט אז יעצט נעמט מען זיך צו די פאשקעווילן, און קונטרסים שרייבער וואס וועלן אויפווייזן אז ער האט אריינגעשטאכן א מעסער אין הארצן פון די 'עדה החרדית' און אין די 'שיטה' פון דעם 'ויואל משה'

יום שלישי, 14 בפברואר 2012

בעלזער רבי באיקאטירט די חתונה שיקט דעם זון אהרן מרדכי

עס האט געהייסן אז דער בעלזער וועט קומען צו די חתונה אנווינטשן מזל טוב אזוי ווי ער פירט זיך ביי די שמחות וואס עס מאכט ר' ישראל, און דאס מאל ביידע שוואגערס. אבער נאך די מיאוסע רייד וואס עס האט גערעדט דער אהרוני געזאגט אז ער וועט פירן מיט אים מלחמה בעמלק, האבן די בעלזער באשלאסן אז דער רבי גייט נישט, און געשיקט דעם זון, וואס אויך ער האט נישט געוואלט געבן די האנט דעם אהרוני אבער דאס געטאן נאכדעם וואס ער האט אים צוגערופן

דער זון ר' אהרן מרדכי ווען ער איז אריין איז נישט צוגעגאנגען צו דעם אהרוני און זיך געזעסן ווייט אוועק פון אים. ווען מען האט געזאגט דעם אהרוני אז דער בעלזער קומט נישט און אז דער זון איז געקומען אנשטאט אים, האט ער געהייסן צורופן דעם זון, וואס האט שוין קיין ברירה נישט געהאט און ער האט אים אויפגענומען בחמימות געוואלט מיט דעם מפייס זיין

אגב, דער זון האט זיך מיט דעם אהרוני עטליכע מאל געטראפן און האט אים אויך באזוכט אין מאנרא

יום שני, 13 בפברואר 2012

אהרוני איז מקדים רפואה למכה און זאגט אז ער טרעפט זיך מיטן בעלזער אבער ער וועט ווייטער פירן מיט אים מלחמה בעמלק


אזוי גיבן איבער די אפיציעלע ווארט זאגער פון דעם אהרוני:

כ''ק רבינו שליט''א האט היינט געהאלטען א פלאם פייערדיגער דרשה, און די ישיבה בנוגע די באזיכען וואס ער גייט אפהאלטן ביי די אדמור''ם און ארץ ישראל, ער האט געזאגט בתוך הדברים:

אז ער פארט איין ארץ ישראל, די בחורים זאלן זיצן און לערנען.
ווען מ'פארט אויף א"י איז דער מנהג פון פעטער ז"ל צו גיין באזוכן די ארטיגע רבנים. כאטש דער פעטער ז"ל האט זיך אויף זיי אויסגעדריקט מיט שארפע לשונות, און בשנת תשמ"ב נאך די לבנון מלחמה האט דער טאטע ז"ל אנגערופן די חסידי'שע רבי'ס וואס האבן געשיקט סאלדאטן, מיטן נאמען רוצחים, אבער דאך איז מען זיי געגאנגען באזוכן.
אויך יעצט ווען מען גיין באזוכן פרעמדע רבנים, אבער מ'מיינט חלילה נישט קיין שום טויש אין די מלחמה לה' בעמלק פון פריער,
מ'דארף אלעס אנהאלטן מיטן שארפסטן אופן, צו זיין דערווייטערט פון די חסיד'ישע ציוניסטן און אגודיסטישע רבי'ס פונקט ווי פריער. ווער עס פארשטייט פארשטייט, און ווער נישט וועט נישט פארשטיין

ר' טוביה ווייס איז קראנק געווארן איז אים שלעכט געווארן און ארויף צו הרב אלישיב'ן

בעל כרחו יענה אמן, דער אמת איז אז ער האט פון די ערשטע מינוט געהאלטן אז מען דארף שרייבן כאטש א קליין בריוו מען זאל בעטן רחמים פאר הרב אלישיב'ן, אבער די הנהלה פון די 'עדה החרדית' די סיקריקן די עסקנים טעראריסטן האבן באשלאסן אז זיי ווילן נישט, און ער האט מער קיין ברירה נישט געהאט. נישט ער פירט די 'עדה החרדית' זיי פירן אים ביי די נאז, און ליידיער, געדארפט אדורכמאכן די בזיונות

יעצט איז געשען אזוי פון הימל אז אויך ער איז קראנק געווארן מען האט אים געפירט קיין שערי צדק אין זעלבן שפיטאל אוואו עס ליגט הרב אלישיב, און מער שוין קיין ברירה נישט געהאט, נישט געוואלט מען זאל זאגן אז ער איז קראנק געווארן ווייל ער האט נישט געהייסן דאווענען פאר הרב אלישיב'ן, דעריבער האט ער באשלאסן אז ער גייט ארויף צום צימער פון הרב אלישיב'ן און דארטן אים ווינטשן א רפואה שלימה

הרב ווייס האט געזאגט די בני בית פון הרב אלישיב'ן וואס געפינען זיך אין זיין צימער, אז ער האט שוין די לעצטע וואך געהייסן מען זאל מתפלל זיין פאר הרב אלישיב'ן אבער די קנאים די הנהלה פון די 'עדה החרדית' זיי האבן נישט געלאזן, געזאגט אז ווייל הרב אלישיב טראגט מיט זיך א קופה של שרצים, ער איז געווען דער 'מרן המחטט' א קוק'ניק געזעסן אין 'היכל שלמה' פאסט נישט פאר די 'עדה' מען זאל פאר אים מתפלל זיין

דא איז צובאמערקן, אז הרב ווייס און הרב שטערנבוך ביידע האבן געהאלטן אנדערש, אבער די עסקנים זיי האבן אויסגעפירט נישט די רבנים

יום ראשון, 12 בפברואר 2012

ר' משה שטערנבוך האט אנגעפיפן די 'עדה החרדית' און געזאגט א דרשה מען זאל בעטן רחמים פאר הרב אלישיב'ן

א גאנצע וואך האט מען זיך ארומגעהארגעט איבער יא צו ניין געבן א בריוו מען זאל זאגן תהלים פאר הרב אלישיב'ן. היינט אינדערפרי האט דאס געהייסן אז מען ווארט זעהן ווי עס וועט זיך ענדיגן אין שפיטאל, זעהט דאס אויס גוט אז ער וועט לעבן און געזונט ווערן, שרייבט מען א בריוו, עס זאל שפעטער נישט זיין פאר די רבנים אום באקוועם, טאמער אבער זעהט מען אז דאס איז דאס, וועט מען קיין בריוו נישט שרייבן עס וועט נישט זיין שפעטער פאר וועמען זיך דארפן פארענטפערן

אבער, ר' משה שטערנבוך האט דאס נישט געקענט פארנעמען, ער איז א ליטוואק און פאר אים דער נישט שרייבן א בריוו פאר אן אנדער ליטוואק, איז נישט גוט פאר אים און זיינע קינדער, דעריבער האט ער היינט געהאלטן א דרשה און דארטן געזאגט אז הרב אלישיב איז א גרויסער לוחם קעגן פארשידענע פירצות אין דור דעריבער דארפמען פאר אים מתפלל זיין

יעצט ווארט מען זעהן וואס וועט די 'עדה' טאן, שרייבן א בריוו, צו זיך ווייטער נישט וויסענדיג מאכן

יום חמישי, 9 בפברואר 2012

'תולדות אברהם יצחק' אנטלויפט קיין אמעריקע אבי נישט זיין ביי די חתונה וואס עס האט געמאכט דער ברודער דער 'תולדות אהרן'

עס האט אויסגעקוקט מאדנע, דער ברודער מאכט חתונה די יונגעסטע טאכטער, בלייב אין ארץ ישראל כאטש נאך עטליכע טעג און דאן פאר קיין אמעריקע, האט דער 'תולדות אברהם יצחק' דאס יאר געפלאנט זיין נסיעה קיין אמעריקע אין אזא אויפן, אז אין די צייט פון די חתונה וואס עס מאכט זיין ברודער דער 'תודלות אהרן' נישט זיין אין ארץ ישראל און אזוי נישט דארפן גיין צו די חתונה

עס איז א וואונדער, ווייל אין די לעצטע יארן זעט מען ביידע ברידער קומען צו די שמחות פון דעם ביי דעם, און דאס מאל האט דער 'תולדות אברהם יצחק' באשלאסן נישט גיין צו די חתונה וואס עס מאכט זיין ברודער על אף וואס עס רעדט זיך ביי די יונגסטע טאכטער, די לעצטע חתונה וואס עס מאכט דער ברודער ביי זיינעם א קינד

אזוי האט דער 'תולדות אברהם יצחק' געלערנט נאך א פרק דעם עולם ווי מען פירט זיך ברידער רבי'ס און וואס פאר אהבה עס הערשט צווישן זיי. ער איז נישט דער ערשטער און נישט דער לעצטער, ליידער אן א שיעור רבי'ס זענען צוקריגט און צוהארגעט מיט די אייגענע ברידער, און עולם גולם רעדט זיך איין אז דאס זענען די מידות טובות און מעשים טובים וואס מען דארף לערנען פון אזעלכע רבי'ס

יום רביעי, 8 בפברואר 2012

'עדה החרדית' באשליסט נישט מתפלל זיין פאר הרב אלישיב'ן בעסער ער זאל שטארבן!!!

א גאנצע וואך האט מען געווארט זעהן צו זיי וועלן ענדע טאן וואס עס איז אויסגעהאלטן אין אזא צייט, און הייסן זייער ציבור בעטן רחמים פאר הרב אלישיב'ן וואס זיין מצב איז קריטיש, אבער נאך שווערע מלחמות וואס עס זענען אנגעגאנגען צווישן די רבנים מיט די עסקנים, האבן די עסקנים און די קנאים אויסגעפירט די רבנים פון די 'עדה החרדית' האבן זיך אונטערגעגעבן צו זייער טעראר און נישט געשריבן קיין בריוו צום עולם מען זאל בעטן רחמים פאר הרב אלישיב'ן

מיר האבן געווארט מיט די שורות ביז עס האט ערשיינען דער 'העדה' מיר האבן געוואלט זעהן אפשר וועט אין דעם אפיציעלער צייטונג זייערער שטיין עטליכע שורות מען זאל בעטן רחמים, אבער ווי עס זעהט אויס, אז די רבנים וואס האבן געוואלט מען זאל זאגן תהילים, טוביה ווייס און משה שטערנבוך האבן נישט געקענט אויספירן, די סיקריקן מיט די טעראריסטן און בעיקר די פאשקעווילן שרייבער האבן ענדע אויסגעפירט און עס איז נישטא קיין בריוו פון די 'עדה החרדית' בעטן רחמים פאר הרב אלישיב'ן

יום ראשון, 5 בפברואר 2012

אהרוני שרייט געוואלד אויף דעם וואס זיינע חסידים ליגן אין דעם פייסבוק און טוויטער

ער זאגט קלאר אז ער קען נישט משנה זיין די וועלט, אבער וואס יא ער וויל פארזיכערן זיינע חסידים און חסידות'טעס דעריבער האט ער געהייסן אז אויך די נשים זאלן זיין ביי א ספעציעלע אסיפה וואס ער האט אפגעהאלטן איבער א געפערלעכע מחלה וואס איז פארשפרייט געווארן צווישן זיינע חסידים און חסידות'טעס און דאס איז דער אפליגן אין פייסבוק און טוויטער

ער האט ממש געוויינט געזאגט אז דער חורבן איז גרויס, דערציילט מעשיות וואס עס קומט פאהר אין גאר הערליכע הייזער און ווי ווייט עס איז פארקראכן אז זיינע חסידים היינט פון דרויסן קוקן אויס ווי חסידים אבער אינעווייניג ליגן זיי אין די ערגסטע שמוץ

ער האט דערציילט אז זיינע חסידים און חסידות'סטעס שיקן פיקטשעס איינער דעם אנדערן, און אז דאס פירט צו די ערגסטע פריצות און בעיקר גילוי עריות, דעריבער האט ער געווארנט יעדן וואס וועט האלטן א קאמפיוטער אין דערהיים אז מען וועט ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות. ער האט געווארנט און געזאגט אז אפילו פאר פרנסה זאל מען נישט האלטן דעם קאמפיוטער אין דערהיים, און די עסקנים זיינע וועלן צושטעלן דעם עולם פלעצער אוואו מען קען זיצן ביים אינטערנעט

ער האט צוגעגעבן נאך עפעס וואס למעשה מיט דעם האט ער געזאגט, אז עס איז א פארלארענע שפיל, און  דאס זענען די קליינע מאשינדעלעך וואס מען קען האלטן אין קליין קעשענע און פון דארטן קריכן צו אלע שמוץ, די פראגע איז וואס טוט מען דאס ארויסצונעמען פון זיינע חסידים און חסידות'טעס צו דעם האט ער קיין עצה נישט

ער איז מודה אז דער שטן המשחית איז אריינגעקראכן אין זיין קהילה און מאכט א חורבן, און די פראגע איז צו עס איז נישט צו שפעט. עס איז א פאקט, אז זיינע חסידים האבן א פורום און א וועבסייד און ליגן אפ אין דעם אינטערנעט טאג און נאכט, און די פראגע איז, אויב מען האט נישט מער קיין קאמפיוטערס וויאזוי שרייבט מען אין 'כל העולם כולו' אן אהרוני פורום און נאך אנדערע פלעצער. מען זעהט למשל די אהרונים ליגן אפ שטארק אין דעם 'בחדרי חרדים' און אנדערע פלעצער.

כל זמן דער אהרוני האט זיי פון דארטן נישט ארויסגענומען, לערנט דאס אז ער איז נישט מער ווי א זועק על לשעבר, ווייל עס איז שוין צו שפעט

יום שבת, 4 בפברואר 2012

הרה"צ ר' ישראלצ'ע האגער וועט אסור'ן יעדן צייטונג וואס וועט דרוקן זיין פיקטשע

די לעצטע וואס האט הרב הצדיק ר' ישראל האגער אפגעהאלטן אן אסיפה אין זיין הויז מיט זיינע גאר נאנטע און זיי געזאגט אז ער פלאנט ארויסגיין מיט א שארפן איסור קעגן אלע פיקטשעס צייטונגען, ער האלט אז זיי מאכן אן א חורבן אין כלל ישראל, און אסור'ט מען זאל אים פאטאגראפירן, ער וויל נישט קיינע פיקטשעס אין קיינע צייטונגען, און ווער עס וועט דרוקן זיינע פיקטשעס וועט ער אסור'ן אויף די וויזניצער חסידים קויפן יענע צייטונגען, און אויך זיי נישט געבן קיינע מודעות

די נאנטע האבן אים געזאגט אז ער קען דאס יעצט נישט טאן ווייל יעצט קומט אהן זיין שוואגער דער אהרוני קיין ישראל און אהן פיקטשעס האט די גאנצע נסיעה קיין ווערדע נישט, וואס וועט ער באווייזן, דעריבער דארף ער אביסל ווארטן ביז דער אהרוני וועט פארן צוריק קיין אמעריקע. אבער ר' ישראל האט זיך נישט אינגאנצן אונטערגעגעבן און געזאגט אז ער וויל מען זאל כאטש בעטן אז אים זאל מען נישט פאטאגראפירן ביי די חתונה און מען זאל נישט דרוקן מער זיינע פיקטשעס

ישראל'צע האגער באיקאטירט דעם כותל המערבי צוליב נישט וועלן גיין אין מלחמה מיט דעם אהרוני

גרויס אויפרעקעניש איז ביי וויזניצער חסידים אויף ר' ישראל'צע האגער צוליב באיקאטירן דעם 'כותל המערבי'. בדרך כלל פירט ער זיך פאר א שמחה אז ער גייט צום כותל המערבי, און דאס מאל ווייל זיין אייניקל איז א סאטמארער אור-אייניקל איז ער געפארן קיין מירון און באיקאטירט דעם 'כותל המערבי'

ער האט געזאגט אז ער טוט דאס צוליב נישט וועלן זיך קריגן מיט די סאטמארער. אבער די וויזניצער פרעגן פארוואס איז ער אליין נישט געפארן צום כותל המערבי אן דעם חתן. געקענט נעמען מיט זיך זיינע חסידים אזוי ווי ער האט געטאן אין מירון אהין זענען געקומען די וויזניצער נישט קיין סאטמארער

די נאנטע זאגן אז ער האט מורא געהאט אז די זאלונים וועלן דאס נוצן קעגן זיין שוואגער דער אהרוני, האט ער בעסער באיקאטירט דעם כותל המערבי