רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 31 בינואר 2012

די חרדישע פאליטישן'ס האבן אים נישט געקענט העלפן ספינקער רבי וועט שלאפן ביינאכט אין תפיסה

עס איז שוין א צייט וואס מען האט אויסגעפועל'ט ביי די הויבט פון די תפיסה, לאזן דעם ספינקער רבי'ן זיין בייטאג אין דערהיים און ביינאכט שלאפן אן א שעלטער, אזוי געפינט ער זיך אין בארא פארק בייטאג, און יעדער נאכט שלאפט ער אין א שעלטער אין מאנהעטן

יעצט האט זיך געשטעלט די פראגע וואס מען טוט מיט די נסיעה קיין ישראל. זיין אייניקל האט חתונה, האבן די פאליטישן'ס געבעטן מען זאל אים לאזן פארן כאטש אויף 3 טעג קענען זיין אין די נאכט פון חתונה אין ישראל, אבער די פירער פון די תפיסה האבן געזאגט לא, און דער רבי בלייבט דא, און מען האט צוגעשטעלט א ווידיא אוואו ער וועט קענען זעהן בשעת מעשה די חתונה אין ישראל

דער מזל פון ספינקער אז פון אמעריקע קיין ישראל איז גערוקט מיט 7 שעה, אזוי אז ער וועט קענען אניאגן זיך משתתף זיין אזוי מיט די שמחה איידער ער דארף גיין צום שעלטער דארטן מוז ער זיין פאר 10 ביינאכט

יום ראשון, 29 בינואר 2012

אהרוני זוכט נישט קיין בזיונות און ווארענט דעם עולם נישט מיטפארן מיט אים קיין ישראל

א מאל אזא נסיעה פלעגט מען פלאנען און מיטנעמען אן עולם באווייזן וואס עס הייסט א מלכות. היינט ליידער איז א מצב וואס מען קען דאס מער נישט באווייזן דאס קאסט א וועלט מיט געלד און עס איז גארנישט אזוי לייכט צו באווייזן. דעריבער שפילט מען דאס שפיל מיט אידישקייט, מען זאגט נישט דעם גראבן אמת, אז צוליב דעם פינאנסישן מצב מוז מען דאס מאכן אין א קליין אויפן, נאר נגידים זאלן פארן, נאר מען מאכט פון דעם אידישקייט, ער וויל נישט אז דער עולם זאל 'חלילה' קאליע ווערן, קומען קיין ישראל, און כאפן התפעלות פון די ציוניסטישע מדינה, דעריבער ווארנט ער דעם עולם נישט מיטפארן

עס איז איינע פון די גרעסטע געלעכטער. זיין פעטער ר' יואל האט נישט געמאכט דעם חשבון און נישט גע'אסור'ט אויף זיין עולם מיטקומען צוליב חשש אז מען וועט כאפן התפעלות פון די מדינה. אויך אויך נישט זיין טאטע האט געמאכט די סארט חשבונות, ביידע פלעגן פארן און אין גרויסן. דער הבדל איז, אז בשעתו איז דאס גרינגער געווען און היינט קאסט דאס א מטבע, און זיינע שטיצער וועלן נישט ליעב האבן ער זאל ארויסווארפן אזויפיהל געלד פאר אזא נסיעה, אין דערצייט וואס עס איז שווער אויסהאלטן די מוסדות

צודערצו מאכט ער נאך א חשבון, טאמער פארט דער ברודער זיינער קיין ישראל צוויי מאנאטן שפעטער, און ער וועט מיטברענגען א גרעסערן עולם וואס וועט מען זאגן, מען וועט זיכער זיין אז דער ברודער האט מער חסידים און זענען מער צוגעבונדן צו אים. האט ער מקדים געווען רפואה למכה, געווארנט געזאגט אז ער לאזט נישט פארן, און צו דעם אריינגעווארפן דעם חשש פון קאליע ווערן אין ישראל, אזוי וועט ער קענען שפעטער זאגן אז דער ברודער האט קאליע געמאכט אזויפיהל אידן מיט די טומאה הציונית, און אזוי שפילן דאס שפיל

אזוי איז דאס היינט, ווען אזא סארט רבי זאגט עפעס, דארף מען הערן וואס עס ליגט צווישן די ווערטער, דעם אמת ליידער וועט מען נישט זאגן

יום שישי, 27 בינואר 2012

אין קלויזענבורג ווערט ווארעם מען גרייט זיך צו דער מלחמה פרשת משפטים אין בארא פארק און וויליאמסבורג

יעדער איז מלא טענות אויף דער אנדער צד, עס איז דארט קיינמאל קיין שלום נישט געווען. די אלע וואס האבן פרובירט שלום מאכן האבן נישט מצליח געווען, און יעצט ווידער א מעשה. דער רבי פון נתניה קומט קיין ניו יארק און געזאלט פראווען א גרויסן שבת אין וויליאמסבורג, אבער דער רבי פון בארא פארק האט אים מקדים געווען געמאלדן אז שבת משפטים שבת שקלים וועט ער פראווען אין וויליאמסבורג, און די חסידים פון ברודער אין נתניה האבן דאס נישט ליעב געהאט

זענען די חסידים פון נתניה געלאפן און געמאלדן אז זייער רבי וועט דעם זעלבן שבת פראווען אין בארא פארק, און עס קאכט זיך א קעסל. לויט דעם הסכם צווישן די ברידער טאר נישט דער ברודער פון נתניה פירן קיינע שולן און מוסדות אין בארא פארק, אבער זיינע חסידים האבן זיך געעפענט אן אייגענע שול קעגן דעם הסכם

יעצט הייסט דאס אז זייער רבי וועט פראווען א גרויסן שבת אין בארא פארק, זיי בויען אים א טענד, און די חסידים זענען דא אויף צרות ווייל די וואס זענען אינמיטן לויפן צו ביידן ווייסן נישט וואס צו טאן אוואו אהין צו גיין

וואס מען ווייס שוין, אז דער ברודער פון נתניה וועט נישט אריינטרעטן אין די הויז פון זיין ברודער ער וועט אים נישט באזוכן די האנט נישט געבן און קיין שלום נישט זאגן, זיי זענען ליידער ביטערע און שווערע שונאים איינער צום אנדערן

ברוך מתיר אסורים - קארט האט ריינגעוואשן ר' אלי העכט

עס איז געשען יעצט מיט עטליכע שעה צוריק אין ספרד, דער איד איז אפגעזעסן אין תפיסה צוליב א מעשה מיט דראגס, געשריגן אז מען האט אים אפגעטאן, ער איז א משולח מען האט אים געבעטן איבערגעבן א פעקל און דאס גענומען בתמימות עס איז אים נישט איינגעפאלן אויף א מינוט אז יענער חרדישער איד וועט אים געבן דראגס אריבערצופירן, און אזוי אריינגעפאלן

עס איז געווען מיט א יאר צוריק ווען מען האט אים אפגעשטעלט אין עיירפארט איבערגעקוקט זיינע רענצלעך, מען האט אים געפרעגט אויף א פעקל וואס דאס איז און ער האט געזאגט דעם אמת אז מען האט דאס געשיקט איבערגעבן וועמען, האט מען דאס געעפענט און געפונען אז עס איז דראגס

א יאר צייט האט מען זיך משתדל געווען מיט גרויסע לויערס פאר אים, און מיט צוויי וואכן צוריק איז פארגעקומען זיין משפט, און היינט פרייטאג האט דער שופט ארויסגעגעבן דעם פסק אז ער גלויבט אים אז מען האט אפגענארט און געהייסן אים באפרייען

לויטן געזעץ האט דער פראסעקיוטער 5 טעג צו באשליסן צו ער וויל אפילן. אויב דער פראסעקיוטער וועט נישט אפילן וועט ער קענען פארן צוריק קיין ישראל

ר' אלי' העכט איז א משולח פאר דעם 'כולל חב"ד' פארט פון מדינה צו מדינה, און נישט געקענט אפזאגן יענעם אידן ווייל ער גיט אים יערליך א  גרויסע נדבה

פאר שבת ווען מען האט זיך דערוואוסט פון דעם פסק פון שופט איז געווען גרויס שמחה אין די שטאט צפת דארטן וואוינט ער

יום חמישי, 26 בינואר 2012

'אתרא קדישא' סטראשעט צו הארגענען דעם ראב"ד הרב משה שטערנבוך

א ביטערע און פינצטערע מלחמה קומט פאהר אין די 'עדה החרדית' צווישן גרופן איבער די שליטה אויף דעם גראבן אין ארץ ישראל. ביז נישט לאנג צוריק האט 'אתרא קדישא' געהאט דעם גאנצן קאנטראל. אין די לעצטע יארן האט געפלאצט מלחמה צווישן די הויבט אין 'אתרא קדישא' עטליכע האבן אפגעצויגן און דערציילט דעם גאנצן אמת, אז מיט געלד קען מען זיי אפקויפן, ווער עס צאלט שווייגט מען, מען פארקוקט. נאר די וואס האבן נישט געצאלט זיי רודף'ט מען

די מעשה האט שטארק שאקירט הרב משה שטערנבוך וואס האט געהייסן אנדערע עסקנים זיך נעמען צו דעם ענין זיכער מאכן אז מען טוט נישט אזעלכע זאכן און פראטעסטירן נאר קעגן ווער עס גראבן באמת, און אויך נישט צולאזן אז מען זאל קענען אפקויפן עסקנים מיט געלד

פון ווען הרב שטערנבוך האט זיך גענומען צו די ארבעט, זענען 'אתרא קדישא' שטארק אריינגעפאלן. ווייל ווען ווער פון 'אתרא קדישא' ווענדעט זיך און זאגן אז אויב מען צאלט נישט וועט מען פראטעסטירן ווענדעט מען זיך צו הרב משה שטערנבוך וואס שיקט זיינע מענטשן חוקר ודורש זיין, און אין 'אתרא קדישא' האט מען דאס נישט ליעב זיי קענען מער קיין געלד נישט מאכן

יעצט האט זיך ווידער געשטעלט אזא מעשה מיט 'מקורות' אתרא קדישא וויל מאכן דא געלד און קען נישט, ווייל הרב שטערנבוך האט געשטעלט זיינעם א  מענטש. ווער אין 'אתרא קדישא' האט זיך שטארק צוקאכט און אפגערופן הרב משה שטערנבוך און אים געווארנט מיט רציחה געזאגט אז מען וועט אים הארגענען אויב ער גייט נישט ארויס פון דעם ענין

די הנהלה און די רבנים פון די 'עדה החרדית' זענען געזעסן איבער דעם ענין און באשלאסן אז מען שיקט א דריטן וואס זאל בודק זיין, און מען לאזט נישט בשום אויפן אז 'אתרא קדישא' זאל אנפירן מער מיט די ענינים אליין

יום רביעי, 25 בינואר 2012

דאס צווייטן מאל וואס דער אהרוני האט צוגעזאגט אז ער קומט צום בעלזער יעצט לאמיר זעהן צו ער וועט האלטן ווארט

עס איז שוין דאס צווייטע מאל בפומבי וואס די בעלזער טוהען פון זייער זייט באווייזן אז זיי זענען גרייט פאר שלום. געווען איז דאס מיט צוויי יאר צוריק האט מען געהאנדעלט און דער בעלזער האט געשיקט משלוח מנות צום אהרוני, מען האט דאס מפרסם געווען געזאגט אז מיט דעם איז ער מפייס סאטמאר, און דער אהרוני האט געזאלט זייענדיג אין ארץ ישראל אים קומען באזוכן, אבער נישט געהאלטן קיין ווארט. דער אהרוני האט זיך דערשראקן פןן די פאשקעווילן קעגן אים

יעצט האט מען ווידער געהאנדעלט און דאס מאל האט דער אהרוני געפאדערט מען זאל שיקן די דייניים צו די קברים פון די סאטמארער, און דער בעלזער האט דאס ווידער געטאן

יעצט לאמיר זעהן צו ער וועט האלטן ווארט און זייעדניג אין ארץ ישראל בקרוב אויף א חתונה וועט ער קומען באזוכן דעם בעלזער

יום שלישי, 24 בינואר 2012

א פרישע אנשיקעניש אין בית שמש מען האט געשלאגן א פרוי וואס קלעפט צעטלעך

רואיג קען נישט זיין, מען האט זיך נאך נישט אויסגעטשוכעט פון די לעצטע אנשיקענישן אין בית שמש, און שוין א פרישע אנשיקעניש, און דאס מאל מיט א פרוי וואס קלעפט צעטלעך, מען האט איר באפאלן מיט גישרייעריי פון שיקסע און פרוצה מיט נאך אזעלכע שיינע ווערטער, און זי האט גערופן די פאליציי

דא ווי עס פארשטייט זיך, זענען דא צוויי גירסאות, די גירסה פון די פרוי און די גירסה פון די סיקריקן אין בית שמש. די פרוי טענה'ט אז מען האט איר כמעט געהארגעט, זי האט געציטערט אויף איר לעבן אזוי שטארק האט מען איר באפאלן. מען האט אויסגעהאקט די שויבן פון איר קאר (זעה די פיקטשע). די סיקריקן זאגן אז לא היו דברים מעולם, זייער גירסה זאגט אז די פרוי איז געקומען זיך רייצן, און זי האט זיך אויסגעטאן אין א וועג וואס מען קען וועגן דעם נישט שרייבן אין א חרדישן בלאג

יענע פרוי קלעפט צעטלעך, און די פראגע איז פארוואס עפעס יעצט, וואס איז יעצט געשען זי זאל טאן אזא מעשה. די פאליציי האט אראסטירט עטליכע וואס זי האט געטייטעלט אויף זיי און געזאגט אז זיי זענען געווען צווישן אירע באפאלער

ציטער איז געפאלן אויף די ראשי ישיבות אינוועסטעגעייטער וועלן נאכקוקן וויפיהל זיצן אין די ישיבות און כוללים

ציטער פשוטו כמשמעו איז געפאלן אויף די ראשי ישבות, צוליב דעם באשלוס פון משרד החינוך שיקן אינוועסטעגעייטער נאכקוקן וויפיהל זיצן טאקע אין די ישיבות און כוללים, נאכדעם וואס מען לאזט נישט די מפקחים אריינקומען איבערציילן זעהן ווילן זענען באמת דא

פאר די וואס האבן שוין פארגעסן אדער ווייסן נישט, געווען איז דאס לעצטען'ס אין איינע פון די ישיבות אוואו דער מפקח איז אריין און גענומען ציילן האט מען אים באפאלן און ארויסגעווארפן מיט בזיונות און מען לאזט מער נישט אריין די מפקחים אין די ישיבות, אזוי אז משרד החינוך מוז זיך פארלאזן אויף די ציפערן וואס מען גיט אן און קען נישט פארשן זיכער מאכן אז די ציפערן זענען אמתע

דעריבער, האבן זיי יעצט באשלאסן אז זיי נעמען אינוועסטעגעייטער וואס וועלן נאכקוקן שטילערהייט די ישיבות און כוללים אזוי וועט מען וויסן דעם אמת. יענע אינוועסטעגעייטער טוהען זיך אן ווי ישיבה בחורים גייען אריין אין ישיבה צו אין כולל זעצן זיך אוועק לערנען מאכן זיך ווי זיי קוקן אין די גמרא און למעשה לייגן זיי א אויג זעהן ווער עס איז דא און ווער שפילט זיך און וויפיהל צייט מען זיצט אין כולל

די סיבה פארוואס מען לאזט נישט די מפקחים אריינקומען ציילן אינמיטן סדר הישיבה, ווייל ליידער די ציפערן וואס מען גיט אן דעם משרד החינוך זענען אנגעשוואלענע א סאך מאל פופציג צו הונדערט פראצענט מער פון וויפיהל עס זענען דא

יעצט האבן זיך שנעל אויפגערופן די חברי הכנסת פון ש"ס און די אגודה אפשטעלן די גזירה, ווייל אז חלילה אינוועסטעגייטער זאלן מאכן די ארבעט וועט דער חילול ה' זיין מורא'דיג גרויס

די חברי הכנסת האבן היינט געבעטן פון דעם שר החינוך ווארטן, זיי וועלן אים געבן אן הצעה וויאזוי די מפקחים זאלן קענען צוריק קומען אין די ישיבות און מען וועט זיי נישט ארויסווארפן

יום שני, 23 בינואר 2012

מיט וואס זענען די סאטמארער אויף דעם פטור צו בעטן מחילה ביים בעלזער?

עס איז א ביסל שטילער געווארן דעם ענין פון בעלז סאטמאר איז די צייט צו פרעגן. ווי גיט א סאטמארער צופארשטיין אז דער בעלזער דארף בעטן מחילה, און זיי דארפן נישט? צודען האבן זיי שוין פארגעסן וויפיהל בלוט זיי האבן געגאסן דעם בעלזער?

ווען מען שטעלט דאס קעגן דאס, דער בעלזער האט אינגאנצן געזאגט עטליכע ווערטער קעגן די סאטמארער שיטה, און נישט מער פון דעם, די סאטמארער האבן מיט רציחה געשלאגן אן א שיעור בעלזער, געמאכט א חורבן אין די בעלזער שולן, מבזה געווען דעם בעלזער רבי'ן אויפן ערגסטן אויפן, און אויף דעם איז מען פטור פון בעטן מחילה?

ווען דער אהרוני כאטש - וואס אנערקענט דעם פיוס פון בעלזער - וואלט יעצט אויך געבעטן מחילה, וואלט איך פארשטאנען. אבער נאר דער בעלזער זאל בעטן מחילה און קיינער פון סאטמאר זאל קיין מחילה נישט בעטן, עס לערנט אז עפעס איז קראנק אין סאטמאר, ווייל יעדער נארמאלער מענטש ווען ווער בעט פון אים מחילה, בעט ער צוריק מחילה אויף וואס ער האט געטאן דעם אנדערן

החסיד המשפיע ר' מענדל וועכטער ביים ציון פון בעל התניא און בארדיצעווער

די טעג געפינט זיך דער גרויסער משפיע הרב החסיד רבי מענדל וועכטער אין אייראפע ביי די ציונים פון בעל התניא און דעם בארדיצעווער, ר' מענדל איז געפארן לכבוד דעם יארצייט פון בעל התניא וואס עס איז געווארן 199 יאר פון זיין הסתלקות

אהרוני דאווענט און פארברעגנט אין בית חב"ד אין פאלם-ספרינג קאליפארניע

די וואכן געפינט זיך דער אהרוני אין פאלם-ספרינג קאליפארניע און דאווענט אין בית חב"ד. שבת מאכט ער זיך א מנין אין הויז אבער א גאנצע ואך קומט ער אריין אין חב"ד דארטן האט ער א מנין און א מקוה

כ"ד טבת יארצייט פון האלטן רבי'ן האט דער אהרוני פארברעגנט צוזאמען מיט די חב"ד חסידים

די זאלונים קענען אים אויף דעם נישט באפאלן, ווייל ער און דער זאלוני זענען אייניקלעך פון האלטן רבי'ן

בילדער פון דעם אהרוני אין פאלם ספרינג גיי אריין דא:

http://bektzara.blogspot.com/2012/01/blog-post_2204.html

יום ראשון, 22 בינואר 2012

צוליב מחלוקת אויף א רבנות האט א ברודער געמאסערט דעם אייגענעם טאטן

מיינט איר מן הסתם אז די צרה איז נאר ביי אשכנזים, וועט איר דא לערנען אז דאס זעלבע איז ביי ספרדים און וואס מען קען טאן אן אייגענעם טאטן מיט ברידער נאר צוליב מחלוקת איבער א רבנות

עס רעדט זיך אין הויז פון הרב עובדיה יוסף. צוויי פון די קינדער ביידע האבן געוואלט ווערן רב פון ירושלים, אבער עס איז דאך נישט שייך צוויי, ממילא האט דער טאטע באשלאסן אז דער עלטערער ער וועט ווערן רב. דער יונגערער ברודער וואס האלט זיך מער מוצלח, איז שטארק באליידיגט געווארן און גענומען פלאנען זיין נקמה

יעצט האט ער געשיקט חומר צום מבקר המדינה ער זאל פארשן וואס עס טוט זיך אין דעם הכשר וואס ווערט אנגעפירט פון דעם טאטן'ס הויז און וואס ווערט אנגעפירט דורך א יונגערן ברודער, מיט אפענונג אז דאס וועט פירן אז דער ברודער זאל די רבנות נישט האבן, עס זאל ווערן גם לי גם לך לא יהיה

היינט זענען געקומען די שוועסטער צום טאטן אים דערציילן וועגן די מסירה און ווי דאס האט אנגעמאכט גרויסע צרות אלע קינדער, ווייל יענער ברודער האט  געשיקט זאגן  אז אלע קינדער כולל די איידעם'ס האבן שטעלעס דורך די סארט רבנות און הכשרים וואס עס איז נישט געזעצליך

א צומישעניש אין סאטמאר

די מעשה מיט די דיינים פון בעלזא ביי די קברים פון די סאטמארער אין מאנרא האט אנגעמאכט א גרויסע צומישעניש, ווייל בידע צדדים זענען דא שטארק אריינגעפאלן, קיינער איז נישט צופרידן, יעדער וואלט געוואלט עפעס אנדערש, למעשה האט זיך דאס געענדיגט אין א וועג וואס יעדער דרשן דרשן'ט פאר זיך ווען למעשה עס ליגן דא שווערע פראגן

די הויבט פראגע צו מען קען דאס רופן א פיוס, און ווייטער אויף וואס איז געווען די מלחמה צווישן סאטמאר און בעלזא. מען טאר נישט פארגעסן אז דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן צוליב א 'שטייענדיגע תורה' אוואו דער בעלזער האט באשלאסן אז ער בייט די 'שיטה' און איז מתיר נעמען געלד פון די מדינה וואס אנשטאט די נישט פרומע זאלן נוצן דאס געלד וועט ער בעסער נעמען דאס געלד פאר זיך. אויף דעם האט געפלאצט די מלחמה, און ביז דעם מאמענט האט מען נישט געהערט פון דעם בעלזער אז ער איז חוזר צו די האלטע 'שיטה' פון נישט נעמען פון די מדינה

דעריבער, זענען גערעכט די רבנים וואס האבן שווערע טענות צו די וואס נעמען אן דעם פיוס, זיי טענה'ן אז כל זמן דער בעלזער איז זיך מתחבר לרשעים, בפרט אז ער שיקט א מענטשן זיינעם זיצן אין דעם כנסת המינים, ממילא איז נישטא קיין מחילה. ווייל לטענת סאטמאר, בעלזא האט געהאלטן בשעתו מיט זייער שיטה, און דער רבי האט געביטן צו דער אגודיסטישע שיטה

דער אהרוני איז דא אין א גרויסן פלאנטער, ווייל ווי וועט ער מסביר זיין דעם פאקט אז דער בעלזער האט קיינמאל נישט תשובה געטאן. אפילו דער פיוס איז נישט קיין גאנצער ווייל די דיינים האבן געזאגט אז נאר אויב פון די רייד פון זייער רבי'ן תש"מ האט מען געקענט פארשטיין ווי א פגיעה אין די רבי'ס פון סאטמאר בעט ער מחילה. אבער נישט אז ער איז חוזר פון וואס ער האט געזאגט אז די סאטמאראער 'שיטה' איז א קרומע און נישט קיין גוטע, דאס טוט א גרויסע טובה פאר די חילונים וואס מאכן פון דעם געלד. דער עולם צאלט טאקס, און די ציונים און די חילונים נוצן דאס. בעסער אוועקנעמען וואס מען קעם אזוי וועלן די ציונים און חילונים האבן ווייניגער

נטורי קרתא שטאלצירט מיט דעם מופתי פון ירושלים וואס זאגט אז מען דארף הארגענען אלע אידן אן דעם וועט קיין תחיית המתים נישט זיין

דער מופתי פון ירושלים האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה געזאגט אז כל זמן עס לעבן אידן אויף דער וועלט וועט קיין תחית המתים נישט זיין. דעריבער מוז מען הארגענען אלע אידן ווייל נאר אזוי וועלן די מוסלאמינער זוכה זיין צו זייער גאולה און בעיקר צו תחיית המתים. דעריבער וויל ער אז יעדער וואס קען זאל הארגענען וואס מער אידן אזוי זוכה זיין צו דער מוסלאמינער גאולה

ווען מען האט געהערט פון די דרשה האט דער פריימיניסטער בנימין נתניהו געפאדערט מען זאל אים חוקר ודורש זיין און שטעלן לדין אויף דעם וואס ער האט גערופן די מוסלאמינער מאמינים הארגענען אידן. האט דער מופתי היינט געזאגט, אז ער האט איבערגעזאגט וואס מוכאמאד האט געזאגט נישט וואס ער האט געזאגט דעריבער האט ער נישט שלעכט געטאן

ווען מען האט אים געפרעגט אויב הארגענען אלע אידן וואס וועט זיין מיט נטורינ קרתא וואס זענען זייערע גוטע פריינד, האט ער געזאגט אז די נטורי קרתא האבן זיך שוין אונטערגעווארפן אונטער מוכאמאד ממילא קענען זיי לעבן זיי שטערן נישט צו דער גאולה, אבער די אלע אנדערע וואס זענען נישט קיין נטורי קרתא זיי דארפמען אויסמעקן פון דער וועלט קענען אזוי זוכה זיין צו דער גאולה השלימה און צו תחיית המתים

ווען מען האט געפרעגט נטורי קרתא וואס זיי זאגן אויף דעם מופתי'ס דרשה, האבן זיי געזאגט אז מען טאר נישט קיין התגרות באומות און מען טאר נישט פארגעסן די שלש שבועות, און אז זיי ווארפן זיך אונטער די וועטרער פון דעם מופתי אזוי ווי ער האט געזאגט און צוגעגעבן אז סייווי ווער עס זענען ציונים זענען קיין אידן נישט. און וועגן סאטמאר אויך זיי חבר'ן זיך מיט די ציוניסטן און יעצט איז געווארן א חברותא צווישן דעם אהרוני מיט דעם בעלזער, ממילא זענען אויך זיי בכלל די ציונים וואס זענען קיין אידן נישט

נייעס און קאמענטארן

איך האב געהאט א סאך ספיקות צו איך זאל דאס טאן. איך האב היינט צום טאג ארום 10 בלאג'ס און עס וועלן קומען נאך אנדערע, און מען דארף פאר זיי צייט. איך גיב נישט אוועק צופיהל צייט פאר זיי ווייל איך האב נאך אנדערע התחייבות'ן און א סאך ארבעט, אבער א סאך מענטשן בעיקר גוטע פריינד מוטשען מיר און בעטן זיך איך זאל זיך נעמען צוריק צום אידיש, ווייל זיי פארשטייען נישט קיין לשון הקודש

דער אמת איז, אז ווער עס פארשטייט לשון הקודש האט דעם 'בעולמם של חרדים' מיט די 'חדשות בקצרה' דארטן האט ער יעדן טאג וואס ער דארף וויסן וואס עס קומט פאהר אין די חרדישע וועלט. אבער עס איז שווער פאר א גרויסן עולם דאס צו ליינען דעריבער וועל איך זיך בל"נ פון היינט משתדל זיין און געבן טעגליך אויך אין אידיש אבער זייער בקיצור, איך וועל דאס מאכן קורץ און  שארף

די מעלה פון א בלאג איז, אז עס איז נישט מוגבל אין צייט און אין פלאץ, עס איז למעלה מן הזמן, איך קען דאס טאן אוואו איך בין און ווען איך קען, בייטאג ביינאכט ווען עס מאכט זיך מיר עטליכע מינוטן. צודערצו איז דאס בעסער פון א צייטונג, ווייל דארטן מוז מען אנפילן זייטן, דא קען מען יוצא זיין אויך מיט עטליכע שורות. און צודערצו טראגט דאס א מורא'דיגע מעלה, ווייל ביי א צייטונג עס איז אדורך די וואך עס קומט א פרישער נומער און דו האסט דאס נישט געזען האסטו פארלארן. דא בלייבט אלעס, ווען דו קומסט אריין אפילו א יאר שפעטער קענסטו אלעס טרעפן

צודערצו נאך א גרויסע מעלה מען האט דאס שוין ווען די נייעס קאכט, און אויף דער גאנצער וועלט אין די זעלבע צייט, וואס פאר דעם טו איך דאס. היינט איז דער ציבור אריבער צום אינטערנעט, און מיט די צייט וועלן דאס האבן דער מערהיייט, דעריבער איז דאס די וועג

איך גיי ארויס צו א לאנגע וועג וואס וועט נישט זיין לייכט, און מיט דעם אויבערשטן'ס הילף וועט דאס אי"ה ווערן א גרויסע זאך