יום רביעי, 17 באפריל 2013

מילתא דבדיחותא מיט טראפ


ר' חיים דוד כץ: מען דארף וואס מער מוסרים ווייל בדור שמשיח בא ירבו המוסרים בישראל

ביים עצרת אודות העירוב יום חמישי פרשת שמיני תשע"ג
האט זיך אויפגעשטעלט הרב חיים דוד כ"ץ פון בארא פארק
און מגלה געווען אז אלע אידן וואס טראגן מיט'ן עירוב רח"ל
זענען פונקט ווי מוסרים און ווערן ארויס געווארפן פון כלל ישראל
הערט ווערטער וואס הרב חיים דוד כ"ץ האט געזאגט ביים מעמד

ווארט ביי ווארט
ס'שטייט אין ישמח משה א מוראדיג ווארט חז"ל זאגן
אין בן דוד בא עד שירבו המוסרים בישראל ס'וועט זיין אסאך מוסרים ביי אידן
זאג דער ישמח משה דער טעם ווייל אין בן דוד בא אלא בדור שכולו חייב או כולו זכאי
דארף דאך זיין א בירור האחרון פאר משיח וועט קומען ווער ס'איז פון כלל ישראל
במילא וועט דער באשעפער מאכן אז די זאלן ווערן מוסרים ח"ו
און א מסור איז נישט פון כלל ישראל וועט ער ארויס פאלן ביים בירור האחרון
דאס קען זיין איז דער "נסיון האחרון" פאר משיח קומט פון חילול שבת
טראגן מיט'ן עירוב רח"ל ווייל דורך חילול שבת פאלט מען ארויס פון כלל ישראל
און דאס איז דער בירור האחרון פאר די גאולה העתידה

איז זאג נאר הרב חיים דוד כ"ץ האלטסטו אז דאס איז דער בירור האחרון
????????????? אזוי וועט משיח ווייזן מיט'ן פינגער רעכטס אדער לינקס
האסטו נישט געטראגן מיטן עירוב גיי רעכטס
אויב האסטו געטראגן מיטן עירוב גיי לינקס

איז עסן כשר פלייש אויך אין כלל?
איז עסן כשרע מצות למהדרין אויך אין כלל?
איז מחזק זיין מוסרים אויך אין כלל?
איז זיך שלאגן אין ביהמ"ד פאר א שיעור אויך אין כלל?
איז מחזק זיין הולכים בבג"ץ הציוני אויך אין כלל?
אדער טאקע דער בירור איז נאר עירוב רעכטס און לינקס????

איך מיין נישט מיט מיינע ווערטער ח"ו מתיר זיין דעם עירוב אבער אלעס האט א גבול

יום שני, 8 באפריל 2013

אהרוני ווארענט פרויען זאלן פארן נאר מיט פרויען און קליינע אינגעלעך זאל מען אויך שיקן נאר מיט פרויען נישט מיט קיין מענער

''מאטי'ס, הצלחה,  ברידער'ס''  
מיט גרויס פרייד טיען מיר מעלדען אז נאך גרויסע באמיאונגען איז אונז געלונגען בחסדי השם יתברך,
צועפענען נאך א דיוויזיאן אין אונזער בארימטע
''מאטי'ס קאר סערוויס''
וואס רופט זיך '' שוועסטערס''
אזווי יעדער ווייסט  מיר גיבן זיך אפ דא אין עיר הקדושה קרית יואל מיט סערוויס צי יעדען איינעם באזינדער,
און נאך גרויסע פארלאנגען בעניני צניעות פון אינזער
וועד משמרת מחנינו און פונעם פאבליק האבן מיר צוגעשטעלט די ספעציעלע סערוויס ווי אלע אונזערע שוועסטער קארס וועלען זיין נאר פרויען דרייווערס און נאר פרויען וועלען זיך קענען באניצען דערמיט, און פאל אז מ'דארף שיקן קליינע אינגלעך זאל מען פראבירן מיט צושיקן א שוועסטער,
אין פאל אז ס'זאל ח''ו נישט קומען צו א צימישעניש וועלען אלע פרויען קארס ספעציעל זיין די קאליר ''פינק''
מיט דעם ווילען מיר ענדיגן מיט א הכרת הטוב פארן פאבליקום און פאר די וועד משמרת מחנינו פארן אונז אויפמערקזאמען וואס די איינוואינערס ברויכן,
זאל דער אויבערשטער העלפען
יעדער זאל האבן '' הצלחה''
און מיר זאלען גיין אנטקעגן משיח צידקנו בב''א
פאר אלע אייערע געברויכען אינעם געביט פון קאר סערוויס רופטס אריין (8457833400)מיר שטייען גרייט פאר אייך

זענטער שיסט אויפן ברודער דער אהרוני און זאגט אז דער וואס זאגט אויף זיך 'איך איך' מיט די גאווה רעדן פון זיך איז א רשע און א פושע ישראל

מדברי הרב מזענטע שליטא.... אצל יארצייט של הברך משה  ..  דער טאטע האט קיינמאל
נישט געזאגט דעם ווארט איך אפילו ער איז געווען אין ארץ ישראל עס איז
ארויסגעקימען טויזענטער מענטשען אלעס איז נישט אים געמיינט עס איז ציגעקימען
טויזענטער מענטשען אין די קהילה דאך האט ער קיינמאל נישט גענימען קרעדיט פאר
זיך .  אין נאר אזוי פירען מיר אונז זיך אזוי ווי מיר האבען געזען ביים טאטען
דאס האט  אונז די טאטע געלערענט . אין דער וואס עס זאגט יא דער "איך איך" מיט
די גאווה כסדר רעדן פין זיך  דער סוף וועט עטס זען אין דעם  א רשע אין פושע
ישראל


זאלי רעדט מורא'דיג וועגן אנהאלטן אלעס וואס איז געווען אמאל נישט מאכן קיין
נייע זאכן. איז מוסף אויף זענטא רב'ס ווערטער. אז די פריערדיגע דורות איז
געווען גוט און אונז זעמיר גארנישט ווערט

יום שישי, 5 באפריל 2013

פסח ביים אהרוני פון סאטמאר

חג המצות העעל"ט בצל הקודש
גאהר געהויבן איז בס"ד פאראיבער דער חג המצות העעל"ט ווי אנ"ש האבן געהאט די זכי' לחסות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א דוירכאויס די ימי החג, אנגעהויבן פון די ימים ראשונים, נאכפאלגנ'דיג מיט די ימי חוה"מ, שבת חוה"מ, און דערנאך די געהויבענע ימים אחרונים.
מיר וועלן נישט ציטירן קיינע באריכטן וואס איז אוממעגליך אראפצוגעבן אין די ראמען פון א באריכט, מיר וועלן בלויז באריכטן די גענויע געשעהנישן:

מאנטאג – ערבי פסחים
מאנטאג ביום ער"פ אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין א פריע שעה אין ביהמ"ד הגדול, ווי עס איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' מיכאל עג'מי הי"ו פון קרית יואל.
ארום 10:30 האט דער רבי שליט"א פארקויפט דעם חמץ פאר'ן גוי, און דערנאך איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אין שכונת ברך משה ווי דער רבי שליט"א האט מקיים געווען שריפת חמץ, און דאן האט דער רבי שליט"א באזוכט אינעם נארוואס-פארענדיגטן ביהמ"ד החדש ישמח משה, ווי עס איז פארענדיגט געווארן די אינעווייניגסטער חלק פון ביהמ"ד אויף יו"ט מיט די השתדלות פון די עסקנים החשובים ובראשם חברי הנהלת הקרי' שיחיו, וועלכע האבן אריינגעלייגט גרויס מיה און פלאג אין די לעצטערע וואכן און חדשים צום גמר הבנין בשטומ"צ.
ארום 2:30 נאכמיטאג איז מרן רבינו שליט"א ערשינען אין בית אופה ד'קהלתינו לאנשים אויף געציל בערגער בלווד. צום אפיית מצות המצוה, ווי מען האט געבאקן מצות פאר'ן רבי'ן שליט"א, בעת דער רבי שליט"א קוקט זיך אום אויף די גאנצע ארבעט בכל פרטי' ודקדקי' און צו ערשט געגאסן וואסער און דאן געטיילט טייגלעך בעת דער רבי זאגט פאר הלל בקול רם.
נאכ'ן פארענדיגן דאס מצות באקן האט דער רבי שליט"א באזוכט אין צענטראלן בית אופה ווי עס האבן געבאקן די בית רחל.
ליל א' דיו"ט
ארום 45 מינוט נאכ'ן זמן הדה"נ איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און תיכף צוגעגאנגען צו תפילת מנחה פאר'ן עמוד,  און צו מערבית איז צוגעגאנגען הר"ר אלטר טייטלבוים שליט"א בן הרה"ג ר' ארי' לייבוש שליט"א דומ"ץ ד'קרית וביהמ"ד ויואל משה וחתן האדמו"ר מ'בורשטין שליט"א.
נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א כמידי שנה בשנה ארויף אויפ'ן ארון הקודש וואונטשטן גוט יו"ט פאר'ן גאנצן ציבור, און תיכף איז דער רבי שליט"א אהיים לביתו נאוה קודש ווי מען האט זיך געגרייט צום סדר.
נישט לאנג דערויף  איז דער רבי שליט"א ערשינען צום עריכת הסדר אינע'ם זאל שע"י ביתו נאוה קודש ווי עס האבן זיך סומך געווען על שלחן מלכים אריבער 150 חתנים תלמידי ישיבתינו הק', ווי דער רבי שליט"א האט צוערשט מסדר געווען די קערה און דאן האט דער רבי אנגעהויבן דעם סדר.
גאהר דערהויבן האט מרן רבינו שליט"א אפגעראכטן דעם סדר ליל התקדש החג ווען אינצווישן האט דער רבי שליט"א אריבער 10 מאהל מפסיק געווען מיט דברי תורה ווי דער רבי האט מפרש געווען די הגדה בדרך אגדה וחסידות. עס איז שוין געווען 4:30 באשמורת הבוקר ווען דער רבי האט פארענדיגט דעם התרוממות'דיגער סדר.

יום א' דיו"ט
דעם ערשטן טאג יו"ט אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום דאווענען ארום 10:30, צו פסו"ד איז צוגעגאגנען מוה"ר משה מאיר גאטליעב הי"ו און צו תפילת שחרית ואמירת ההלל האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה, און צו הויכע שמו"ע האט דער רבי צוגעשיקט בנו הגה"צ אב"ד ד'קהלתינו וויליאמסבורג שליט"א.
מיט די פתיחות פאר קריאת התורה זענען מכובד געווארן הרבני הנגיד מוה"ר אברהם ווידער ראה"ק וראש העיר דק"ק קרית יואל און מוה"ר דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו חבר הנהלת המתיבתא הק'.
תפילת מוסף ותפילת טל האט דער רבי שליט"א פאהרגעדאווענט פאר'ן עמוד מיט גרויס התעוררות, און נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן דעם סעודת יו"ט בביתו נאוה קודש.
מיט ברח דודי האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הבה"ח הרב יעקב יוסף מייזליש הי"ו בן הרה"ג ר' יקותיאל יודא שליט"א נכד הגה"צ גאב"ד ד'קהלתינו ב"פ שליט"א, און מיט ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד ד'קהלתינו וויליאמסבורג שליט"א.

ליל ב' דיו"ט
יו"ט פארנאכטס ארום 45 מינוט נאכ'ן זמן הדה"נ איז מרן רבינו שליט"א ערשינען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הג' ווי דער בעל תפילה איז געווען מוה"ר יוסף יאקאב הי"ו, און צו מערבית איז צוגעגאנגען צום עמוד מוה"ר ברוך עקשטיין הי"ו, און נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א ארוף אויפ'ן ארון הקודש זאגן גוט יו"ט פאר'ן ציבור און דאן געגאנגען זיך טובל זיין בעפאר'ן אפרעכטן דעם צווייטן ליל הסדר.
כמעשהו בראשונה האט זיך ווידעראמאהל איבערגעשפיעלט דעם סדר מיט גרויס התרוממות והתעוררות ווי אויך דאן האט דער רבי שליט"א בערך צעהן מאהל מפסיק געווען בדברי תורה ע"פ ההגדה, וואס האט גענומען ביז ארום 4:20 ווען מען איז אריבער געגאנגען אין היכל השלחנות אין בנין פון מבצר הכוללים צו ספירת העומר ברוב עם.
דער רבי איז ערשינען אין היכל און באלד צוגעגאגנען צום עמוד צום ספירה ציילן מיט גרויס התלהבות, און דאן האט דער רבי אפגעראכטן די חד גדיא טיש ווי דער רבי האט משמיע געווען דברי תורה און מען האט געזינגען די פיוטים ביז אין די פארטאגס שטונדן.

יום ב' דיו"ט
דעם צווייטן טאג יו"ט איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:40, דער בעל תפילה צו פסו"ד איז געווען מוה"ר שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו, און צו שחרית און הלל האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה.
מיט די פתיחות פאר קריאת התורה איז מכובד געווארן נכדי רבינו הר"ר יואל גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אב"ד ד'קהלתינו וומסב"ג שליט"א און הר"ר יעקב רוקח שליט"א חתן הגה"צ ר' שמעון זאב שליט"א חדב"ן ורב ביהמ"ד ישמח משה. און צו תפילת מוסף איז געווען בעל תפילה הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א.
ביי די סעודת יו"ט בביתו נאוה קודש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הב' אלעזר בן בנו הגה"צ אב"ד ד'קהלתינו וומס"ג שליט"א מיט ברח דודי, און מיט אשר הניא – לכבוד סעודת אסתר האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א, און מיט שושנת יעקב הר"ר הערשל פריעדמאן הי"ו, און מיט ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ ר' יואל שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך בק"י.
ארום 8:15 איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד הג' צו מנחה ווי דער בעל תפילה איז געווען מוה"ר שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו, און נאך מעריב האט דער רבי שליט"א געמאכט הבדלה אין ביהמ"ד.

יום ה' - א' דחוה"מ
דאנערשטאג – דעם ערשטן טאג חוה"מ ארום 9:00 אויפדערנאכט איז מרן רבינו שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג צום צענטראלן דרשה ביים יערליכער אסיפה כללית שע"י התאחדות אברכים, ווי דער רבי שליט"א האט א לענגערע שעה געדרש'נט אין די סוגיא פון מצוות עשה שהזמן גרמא.
נאך די לענגערע פלפול ואגדה האט דער רבי שליט"א מאריך געווען בדברי חיזוק, מוסר והתעוררות, צוערשט בענין לימוד התורה ווי דער רבי האט נאכגעזאגט אויף די ברכה וואס יצחק אבינו האט געבענטשט יעקב "ויתן לך האלקים מטל השמים ומשמני הארץ ורוב דגן ותירוש" דער אויבערשטער וועט דיר געבן מקרא און ער וועט דיר געבן משנה, און גמרא, אידן וועלן זיצן און לערנען גמרא מיט תוספות, אידן וועלן זיצן אין בתי כנסיות ובתי מדרשות, איז כאטשיג ס'איז בנוי וחרוב ס'וועט זיין א חורבן בית המקדש ס'וועט זיין שווערע נסיונות, מ'וועט מיט מאכן בגשמיות וברוחניות, אבער אז מ'וועט הארכן אין בית מדרש, ויתן לך האלקים מטל השמים ומשמני הארץ, דעמאלט'ס וועט מען נישט האבן וואס מורא צו האבן פון עשו.
דערביי האט דער רבי אויסגעפירט אז די פיר כוס איז קעגן די ד' אמהות, כוס ראשון איז קעגן שרה, כוס שני איז קעגן רבקה אמנו, א איד נעמט דעם צווייטן כוס אין די הענט - די כוס שני וואס איז קעגן רבקה אמנו, "והיא" די רבקה אמנו וואס זי איז געשטאנען אויף יעקב אבינו און האט איהם געמיטשעט עלי קללתך בני עתה שמע בקולי גיי אריין און נעם די ברכות, וועסט האבן די ברכות פון יצחק אבינו, און דאס וואס רבקה אמנו האט אויסגע'פועל'ט ביי יעקב אבינו אז ער זאל נעמען די ברכות, היא שעמדה לאבותינו ולנו, דורך דעם האבן מיר באקומען א ברכה ויתן לך האלקים מטל השמים ומשמני הארץ ורוב דגן, אונז וועלן מיר האבן די ברכות, אונז האבן מיר די תורה הקדושה מגינא ומצלא בגשמיות וברוחניות, שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו אלא שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו, והקדוש ברוך הוא מצלינו מידם, און זכות פון מקרא און משנה און גמרא וואס אידישע קינדער זיצן און לערנען.
דערויף האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען בדברי חיזוק בענין תפילה און אין חינוך הבנים והבנות און דערביי מאריך געווען מיט שטארקע דברי התעוררות וואס מען דארף ארויסנעמען פונעם הייליגן יו"ט פסח.
דערנאך האט דער רבי שליט"א מעורר געווען איבער די לעצטערע געשעהנישן אין כלל ישראל בנוגע כשרות הבשר, וואס דאס ווייזט און איז מעורר ווי שטארק מען דארף נזהר זיין אין כשרות המאכלים בכלליות, און צו וואס מען קומט ר"ל צו ווען מען איז ל"ע נישט נזהר ווי עס באדארף צו זיין.
בקול חוצב להבות אש האט דער רבי שליט"א מרעיש געווען איבער די ביטערע לאגע אין ארצינו הקדושה איבער די נייע ממשלה, און בתוה"ד הק' ארויסגעברענגט אז מענטשן דאהי פארשטייען נישט עד היכן הדברים מגיעים, וואס דאס מיינט אין אלע הינזיכטן, חינוך הבנים והבנות, וועט ווערן א גרויסע פראבלעם, די תכנית הליבה, וואס די רעגירונג געט א פארשריפט וואס מ'זאל לערנען, מ'מוז לערנען, סיי אין חינוך הבנים, און סיי אין חינוך הבנות, לימודי חול, וואס דאס נעמט ר"ל אריין אין זיך.
דערביי האט דער רבי שליט"א ערווענט אז מיט פערציג יאהר פריער האט דודו מרן רביה"ק זי"ע ברוב חכמתו וצדקתו פאראויס געזעהן אז א רעגירונג וואס גיט געלט, וועלן זיי סוף כל סוף זאגן דיעות אין חינוך, יעצט איז אנגעקומען די צייט, ס'וועט נאך נעמען צוויי יאר ווילאנג דאס וועט איינטרעטן במילואו, זיי ווילן דאס אינגאנצן אויספירן, מ'וועט מוזן לערנען אלעס וואס זיי הייסן לערנען, אז נישט וועט מען אפהאקן די תמיכה, דאס איז א גרויסער נסיון, איר האט נישט קיין השגה וואס דאס מיינט און ארץ ישראל, דער נסיון איינמאל פאר אזא גרויס חלק אין כלל ישראל.
און אצינד איבער די גזירה פון גיוס בני ישיבות, אז א ישיבה וואס מ'וועט נישט גיין אין מיליטער פון די ישיבה, וועט פארלירן די שטיצע - די ישיבה וואס מ'באקומט געלט, און דאס איז בכלליות פאר די מוסדות, נאך ארגער איז איבער די פערזענליכע תמיכה פון יחידים וואס דאס מיינט אז טויזענטער אידישע משפחות וועלן באקומען א צעטל מ'זאל זיך קומען שטעלן צום מיליטער, מ'גייט קיינעם נישט איינשפארן, אבער בצנעה גייט מען אים פארשפארן, מ'וועט נישט קענען באקומען קיין פראגראמען, אלעס גייט מען פארשפארן, אזוי גייט מען די יחידים צוקוועטשן, דאס איז זייער א ביטערע גזירה, פאר יעדן יחיד, פאר יעדן אינגערמאן וואס האט א שטוב מיט קינדער, און וואס די תוצאה דערפון וועט חלילה ברענגען.
דערויף האט דער רבי שליט"א אויסגעפירט אז מען ברויך זיך מתבונן זיין וואסערע פעולות וואלט דער פעטער ז"ל – מרן רביה"ק זי"ע ווען געטוהן אין אזא מאמענט, מען וועט מוזן מאכן א גרויסע הפגנה מיט אלע קרייזן פון כלל ישראל, און אויפרודערן ארץ תבל ומלואה איבער די ביטערע גזירות, און דער רבי האט פארענדיגט מיט א תפילה אז דער אויבערשטער זאל העלפן ס'זאל נתקדש ווערן שם שמים על ידינו, מ'זאל דאס קענען מוציא זיין מכח אל הפועל.
דער רבי האט מסיים געווען די פייער'דיגע דברות קודש מיט א ברכה אז דער אויבערשטער זאל העלפן אז מ'זאל קענען חג המצות חוגג זיין בכשרות ובדיצות, ס'זאל משפיע זיין אויף אונז שפע קודש אויף אלע ענינים, תורה עבודה וגמילת חסדים, בריאות הגוף והנפש, מיט גרויס שפע אין פרנסה, תענוג ונחת דקדושה פון אלע קינדער, דער אויבערשטער זאל העלפן, בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל, מיר זאל מיר זוכה זיין צו די תפילה ובקשה פון כלל ישראל, זך שוכן מעונה, קומם קהל עדת מי מנה, בקרוב נהל נטעי כנה, פדיום לציון ברנה, במהרה בימינו אמן.

יום ערש"ק – ב' דחוה"מ
פרייטאג – דעם צווייטן טאג חוה"מ פאר תפילת שחרית איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' יואל פארקאש הי"ו פון קרית יואל, ווי דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.

שב"ק חוה"מ
ערש"ק ארום 45 מינוט נאכ'ן זמן הדה"נ איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ווי דער רבי שליט"א האט – ווי יעדע וואך – געדאווענט פאר'ן עמוד, און אלס בעל תפילה ביי קבלת שבת האט געדינט הר"ר יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א חתן הגאון הדומ"ץ שליט"א.
ארום 11:30 איז מרן רבינו שליט"א ערשינען צום עריכת שלחן הטהור אין היכל השלחנות. מיט כל מקדש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' יוסף צבי סופר שליט"א מו"צ, און מיט מנוחה ושמחה מוה"ר אברהם יואל פריעדמאן הי"ו.
ביי די תורה האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויפ'ן פסוק אין פ' בשלח ובני ישראל יוצאים ביד רמה, און אויסגעטייטשט בדרך דרוש.
מיט קה אכסוף האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הר"ר יואל בערגער הי"ו, און מיט ברכהמ"ז בנו הגה"צ ר' חיים הערש שליט"א אב"ד סיגוט. עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט איבער הרה"ק ר' אהרן מ'קארלין זי"ע וועמענס הילולא עס איז געפאלן אום חוה"מ.
מיט קה רבון עלם האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הר"ר נח גפן שליט"א שו"ב, און מיט אז ביום השביעי מוה"ר שמעי' פריעדלאנדער הי"ו פון וויליאמסבורג.
שב"ק אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית און הלל פאר'ן עמוד, און צו הויכע שומ"ע האט דער רבי צוגעשיקט בנו הגה"צ ר' חיים צבי שליט"א אב"ד סיגוט.
מיט פתיחה פאר קריאת התורה איז מכובד געווארן מוה"ר יודל בערקאוויטש הי"ו פון וויליאמסבורג. און צו תפילת מוסף האט דער רבי שליט"א יורד געועון לפני התיבה לקראת די הילולא קדישא פון אביו מרן רביה"ק זי"ע וועלכע'ס געפאלט דעם שב"ק הבעל"ט.
ביי סעודת רעווא דרעווין האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויף חלקים פון די פסוקים אין די שירה, און מאריך געווען בדברי מוסר והתעוררות בעניני צניעות.
מוצש"ק האט דער רבי שליט"א געדאווענט מעריב פאר'ן עמוד לקראת די הילולא קדישא.
שפעטער אויפדערנאכט האט מרן רבינו שליט"א אפגעהאלטן אן אסיפה בקודש פנימה מיט די רבני וחברי וועד משמרת חומותיך ירושלים איבער די לעצטערע אנטוויקלונגען און גזירות וואס הערשט אצינד אין ארה"ק, איבער די מעגליכע מיטלען  וואס מען וועט אונטערנעמען ביי די יהדות הגולה אויסצושרייען דעם וויי געשריי אקעגן די מלכות המינות.

ליל שביעי של פסח
זונטאג - ערב שביעי של פסח ארום 50 מינוט נאכ'ן זמן איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום דאועונען אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי שליט"א האט צוגעטרעטן צום עמוד צו מנחה, און מעריב האט געדאווענט פאר'ן עמוד מוה"ר חיים אהרן קליין הי"ו, גבאי דביהמ"ד הגדול.
ארום 11:45 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול. מיט'ן פייט פון מערבית האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אשר יונה הורוויץ שליט"א בן האדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, און דאן האט דער רבי שליט"א מאריך געווען בדברי תורה זיך שטעל'נדיג אויפ'ן פסוק פון ויושע ה' ביום ההוא את ישראל מיד מצרים וירא ישראל את מצרים מת על שפת הים, און דאס אויסגעשטייטשט בדרך אגדה וחסידות באריכות.
נאך די תורה כחצות הלילה האט זיך דער רבי שליט"א אויפגעשטעלט טאנצן די שירה וואס דער רבי האט אנגעהויבן בקול רם, און אריינגעשלעפט דעם ציבור אין גאהר געהויבענע ריקודין של שמחה וואס האט אנגעהאלטן א לאנגע צייט בעת דער רבי שליט"א טאנצט הין און  צוריק און דער ציבור טאנצט מיט מיט גרויס התלהבות.
דאן האט דער רבי שליט"א מיט ברכהמ"ז מכבד געווען חדב"ן הגה"צ ר' ברוך שליט"א רב דביהמ"ד ויואל משה – ברך משה ב'קרית יואל.

יום שביעי של פסח
ביום שביעי של פסח איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צום דאוונענען אין ביהמ"ד הגדול ארום 10:40, ווי דער רבי שליט"א האט כנהוג פאהרגעדאווענט פסוקי דזמרה פאר'ן עמוד, און געזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק ביי פסוק מיט גרויס השתפכות הנפש.
אזוי אויך האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית און הלל פאר'ן עמוד.
מיט די פתיחות בעפאר קריאת התורה זענען מכובד געווארן הרה"ח מוה"ר וואלף ראזענפעלד הי"ו פון וויליאמסבורג, און מוה"ר ישראל חיים גוטמאן הי"ו פון מאנסי.
כמנהג רבותיה"ק האט דער רבי שליט"א געליינט די קריאה, און עולה געווען צו די שירה, צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען חדב"ן הר"ר יוסף רוקח שליט"א.

ליל אחרון של פסח
אום שביעי של פסח נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו מנחה א דריי-פערטל שעה נאכ'ן זמן, אלס בעל תפילה ביי מנחה האט געדינט מוה"ר שלום מאיר עקשטיין הי"ו, דאן איז צו מערבית צוגעגאנגען צום עמוד מוה"ר ברוך גלויבער הי"ו.
ארום 11:30 איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שלחן הטהור אין היכל השלחנות. מיט'ן פיוט פון מערבית האט דער  רבי מכבד געווען הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א מו"ץ, און דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברי תורה ווי דער רבי האט אויסגעטייטשט די מדרשים פון "הים ראה וינוס – מה ראה ישראל באים ורכוש מצרים בידם", און "..מה ראה ברייתא דרבי ישמעאל".
מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א מ'הוניאד און דאן האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים איבער זקינו הרה"ק מ'צאנז זי"ע וועמענס הילולא עס געפאלט דעם ערש"ק.

יום אחרון של פסח
אום אחרון של פסח אינדערפרי ארום 10 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען. דער בעל תפילה ביי פסו"ד איז געועון מוה"ר שמואל דוד גאנדל הי"ו, און צו שחרית ואמירת ההלל איז דער רבי שליט"א צוגעטרעטן צום עמוד.
מיט די פתיחות ארון הקודש בעפאר קריאת התורה זענען מכובד געווארן הרבני החסיד מוה"ר אליעזר ווייס הי"ו און הרבני החסיד מוה"ר יעקב מיטעלמאן הי"ו מראה"ק, און צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן הי"ו ר"מ בישיבתיה"ק.
נאכמיטאג ארום 7:30 איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד צו מנחה ווי דער בעל תפילה איז געווען מוה"ר שמואל בר"מ  פריעדמאן הי"ו, און דאן האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן דעם נעילת החג טיש וואס איז פאראיבער מיט גרויס התרוממות והתעלות.
צו ערשט האט מוה"ר אברהם יושע ווערצבערגער הי"ו משמש אנגעגעגאסן לחיים פאר'ן רבי'ן שליט"א און דאן זענען אלע חברי החברא קדישא ד'קהלתינו הק' אדורכגעגאנגען וואונטשן לחיים כנהוג, און דאן האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד החג, און דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען די דברי תורה – לענגערע דברות קודש ובתוכם דברי התחזקות איבער וואס מען נעמט מיט פונעם הייליגן יו"ט פסח און די מצות אכילת מצה, און מסיים געווען מיט ברכתו בקודש פאר'ן גאנצן ציבור.
דאן האט דער רבי שליט"א זיך געלאזט אין א רקידה אויף "חסל סידור פסח" וועלכע'ס האט אנגעהאלט לערך א האלבע שעה, בעת דאס גאנצע ביהמ"ד טאנצט מיט מיט'ן שמחת יו"ט לכבוד נעילת החג אין א בחינה פון וינועו אמות הספים.

-כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו-