יום שני, 21 באוקטובר 2013

טויט קלאפ פאר ביידע סאטמארער

עס איז מקויים געווארן דער פסוק גם איש שלומי אשר בטחתי בו אוכל לחמי הגדיל עלי עקב
סאטמאר וואס פלעגט אייביג שרייען אז ר' מאטעלע וויזניצער פון מאנסי איז א פייערדיקער קנאי און ער איז זייערס א מענטש
ער לאזט נישט זיינע חסידים אין ארץ ישראל גיין צו די בחירות
וואס לויט שיטת סאטמאר איז די בחירות ערגער וויא עבודה זרה גילוי עריות און שפיכות דמים מיט חילול שבת צוזאמען אזוי וויא עס שטייט בפירוש אין ויואל משה
דערווייל יעצט האט זיין יונגסטער זון וויזניצער רב אין בית שמש געהייסן גיין צו די בחירות אין נאמען פון זיין טאטען
און אין אלע סאטמארע בתי מדרשים איז חושך דער עולם קאכט וויא א קעסל
 דער ערשטער קלאפ איז דער פסק פון ר' משה שטערנבוך  אז מען מעג גראבען און מען קען אנפייפן וואס ער פארטרעט פאר די דרויסענדיגע וועלט מכלומערשט די עדה החרדית אלץ ראש בית דין
וואס זיי שעלטען עהם היינט צו טאטג אין אלע שולען יעדען טאג מיט די ארגסטע קללות רח"ל
די צווייטע קלאפ איז אז דער תולדות אהרן רבי וואס איז יעצט דאהי און די גרעסטע סאטמארע וחסידים וויא ר' יחזקאל בראך און יאזשעף שטיצען עהם מיט מילליאנען און ער קומט נאך דעם קומעדיגען שבת פראווען אין וויליאמסבורג מיט טויזענטער חסידים
און ער האט אויך מסכים געווען מיט ר' משה שטערנבוך קעגן דוד שמידל און האט בפירוש געזאגט אז עס איז אסור מבזה זיין ר' משה שטערנבוך
וועגען דעם איז די גאס באפלייצט מיט פאשקעווילן קעגען זיין איש אמונו שישא
דריטע קלאפ
סאטמאר שעמט זיך אז זייער רבי רז"ל איז געגאנגען באזוכען דעם ליטווישדען גדול ר' חיים קניבסקי און ער איז בכלל נישט צוריקגעקומען באזוכען
חוץ דעם וואס מיט דעם האט עהם רז"ל אין נאמען פון סאטמאר אנערקענט אלס גדול הדור
און דערווייל איז ער  דער גרעסטער כח און לוחם אז מען זאל גיין צו די בחירות און ער צוברעכט און לאכט און טרעט אויף די גאנצע סאטמארער שיטה און אלע יונגעלייט און בחורים אין סאטמאר פרעגען זיך אליינס  די הארבע פראגע ? איז דעם רבינס שיטה אין ויואל משה אמת אז די בחירות איז די הארבסטע עבירה ? אדער נישט
(איך האב פארגעסען אז היינט צוטאג איז דער עירוב א סאך א גרעסערע עבירה וויא דאס גאנצע ציונות מיט דעם שיטה מען קען שוין היינט נעמען דעם ויואל משה און בינדען פון ביידע זייטן
די הארבעסטע עבירה איז היינט צוטאג ביי די משוגעים ביי די טיפשים ושוטים אפגעריסעננע קעלבער דער טמאנער עירוב  ימח שמו וזכרו )
פערטע טויט קלאפ איז אז על אפם וחתמם פון ר' יושע ראזענבערגער רב אין בית שמש גראבט מען דאך און מען בויעט בנין שלם און גבעת ירושלים דער גאנצער ציבור פייפט אריין אין סאטמאר און אין דוד שמידל און אין אלע צודרייטע משוגעים
פיפטע קלאפ
אז די עדה האט מכבד געווען ביים גרויסען פראטעסט קעגן גיוס בני ישיבות צו רעדן דעם מרן שמואל אויערבאך וואס מכלומערשט האבען זיי פארקויפט תורת לאקשען אז ער איז קנאי
דערווייל פירט ער אהן א מערכה גדולה פאר די טמנע בחירות און אדרבה ער איז גורם אז מען זאל נעמען בחורים אין גיוס ווייל ער צוברעכט דעם חרדישען כח
זעקסטע קלאפ איז דאס אויבעןדערמאנטע אז רב מאטעלע זייער גרעסטע רוקן ביין פייפט אין זיי אריין און זיי זענען אויס קאפעלוטש מאכערס
עס איז געקומען זייער צייט  עוורי דאג העס איטס פעי דעי
והיה השם למלך על כל הארץ

יום ראשון, 6 באוקטובר 2013

אהרונים זענען געווען געטריי און אויסגעפונען אז זיי זענען געווען פערד





פון א סאטמארער

טייערע ארוינימלעך, עס ציפט זייער דאס הארץ צו הערן אייער ווייטאג, מ'ווארפט זיך ארום מיט ענק ווי א מצה נאך די אכצן מינוט מ'האקט טעלעפאנען אויף בחורים אין טאטעס צוגלייך, מ'גייט אויף גבוה!! ס'ווערט שווארץ.. מ'דארף פאר קיינעם נישט מגלה זיין וואס גבוה מיינט.. אבער דאס ווערט ליידער א פאקט..
ווי שטארק עס פייניגט דאס געוויסן ליינענדיג די אלע ארטיקלען וואס יעדער בחור שרייבט פיל אי אבער אז איך מוז נעמען די שרייב געצייג אין אייך לערנען א שטיקל לעקציע,
ר' נפתלי בלומענפעלד פלעגט ביי יעדן געלעגנהייט זאגן, בחורים זענען נישט קיין קאנאן פלייש, בחורים זענען נישט קיין סאלדאטן, בחורים זענען געמאכט געווארן צו זיצן אין לערנען,
הגם עס האט זיך אייביג געווען עטליכע עסקנים וואס האבן געשוויצט אין געטון פאר די מוסדות, האט מען אייביג אבער געדענקט דעם חילוק צווישן זיין געטריי אין זיין א פערד...
אין דא איז געווען ענקער דורכפאל,
ווען די ארוינישע פירער האבן אנאנסירט אז מ'גייט זאגן "תהילים" אין ראדני סטריט זענען די מציוני הישיבה געווען פון די ערשטע אינוואדירער פונעם ביהמ"ד, בשעת ענקער רוחניות'דיגער פירער שטייט אנע קאפל אין זינגט כאסדיי האשעם (פרעג פארוואס..) די בחורים זענען געווען די ציגן וואס זענען געשיקט געווארן שרייען אין זינגען דעם זעקסטע הקפה ניגון בעת'ן קידוש בית החיים (ווייזט אויס אז עמרם כהן קען נישט די ניגון..) די בחורים זענען די וואס לאזן זיך בלינדערהייט שיקן צו יעדע אקציע מיט וואס די טאטעס פונעם פארטיי האלטן זיך נישט ביים שמוציג מאכן...
אט די בחורים ווערן געשיקט צו "גבוה"
קינדערלעך טייערע.. מ'גייט אויף גבוה!
דא האבן זיך די בחורים ערוועקט ווי פון  א בייזן חלום, אין פרעגן צו זיך, זענען מיר טאקע אזוינע בהימות? וואס האבן מיר געטאן צו פארדינען דעם טויט שטראף פון גבוה? דאס איז טאקע דער אפצאל פארן זיך שמוציג מאכן פאר די פארטיי?
זעענדיג אז דאס ווערט א ריאליטעט, שטיינעדיג עטליכע טעג פארן אנהייב זמן ווען די טירן פון די ניינצן ישיבות עפענען זיך, האבן די בחורים אפגעמאכט אז גענוג איז גענוג, א לימענע האט אויך א שיעור ביז וויפיל מ'קען עס קוועטשן, אין.. דער אויפשטאנד האט זיך אנגעהויבן...
אלץ זייטיגע צוקוקער איז מיר זייער אינטערעסאנט צוזען ווי עטץ בחורים זענטץ ביי די זעלבע מיינונג וואס איך האלט שוין עטליכע יאר..
פלוצלינג איז ענקער הרב החסיד הנקי והמפואר עמרם כהן געווארן פארוואנדלט אין ענקערע אויגן אלץ פשוטער שור נגח וואס וויסט נישט בחייכון אחוץ ווען ס'קומט וויי צוטון א צווייטן איד, פלוצלינג איז ענקער הרבני הנגיד יענקי סופר פארוואנדלט געווארן אין א געלט גייציגער מענטשן פרעסער אין א עוכר ישראל... פלוצלינג האט דער איש הנימוס ומעשאמעשבאקוידעש זיך אויסגעלערנט פון משה גבאי צו זיין א רשע אין א שגץ.. בקיצור הדברים דער אויפשטאנד איז אין פולסטן קראפט...
די בחורים מיט די טאטעס צוגלייך האבן ערקלערט אז זיי זענען מער נישט אינטערן פארטיי'ס רעזשים..
טייערע בחורים!! דאס מיינט דער פסוק אז א פערד פארשטייט בלויז פערדן שפראך..!! עטץ האטס ענק ביז יעצט געלאזט פארפירן פון וואס זיי האבן געהייסן.. פארוואס זאלן זיי ענק נישט שיקן אויף גבוה? אויסגעקוועטשט אין געגאנגען ווייטער..!!
יעצט וועט עטץ ענק מוזן אויסלערנען די "הארד וועי" אז עס איז דא א חילוק צווישן זיין געטריי אין זיין א פערד...
ואתכם הסליחה