עס איז מקויים געווארן דער פסוק גם איש שלומי אשר בטחתי בו אוכל לחמי הגדיל עלי עקב
סאטמאר וואס פלעגט אייביג שרייען אז ר' מאטעלע וויזניצער פון מאנסי איז א פייערדיקער קנאי און ער איז זייערס א מענטש
ער לאזט נישט זיינע חסידים אין ארץ ישראל גיין צו די בחירות
וואס
לויט שיטת סאטמאר איז די בחירות ערגער וויא עבודה זרה גילוי עריות און
שפיכות דמים מיט חילול שבת צוזאמען אזוי וויא עס שטייט בפירוש אין ויואל
משה
דערווייל יעצט האט זיין יונגסטער זון וויזניצער רב אין בית שמש געהייסן גיין צו די בחירות אין נאמען פון זיין טאטען
און אין אלע סאטמארע בתי מדרשים איז חושך דער עולם קאכט וויא א קעסל
דער
ערשטער קלאפ איז דער פסק פון ר' משה שטערנבוך אז מען מעג גראבען און מען
קען אנפייפן וואס ער פארטרעט פאר די דרויסענדיגע וועלט מכלומערשט די עדה
החרדית אלץ ראש בית דין
וואס זיי שעלטען עהם היינט צו טאטג אין אלע שולען יעדען טאג מיט די ארגסטע קללות רח"ל
די
צווייטע קלאפ איז אז דער תולדות אהרן רבי וואס איז יעצט דאהי און די
גרעסטע סאטמארע וחסידים וויא ר' יחזקאל בראך און יאזשעף שטיצען עהם מיט
מילליאנען און ער קומט נאך דעם קומעדיגען שבת פראווען אין וויליאמסבורג מיט
טויזענטער חסידים
און ער האט אויך מסכים געווען מיט ר' משה שטערנבוך קעגן דוד שמידל און האט בפירוש געזאגט אז עס איז אסור מבזה זיין ר' משה שטערנבוך
וועגען דעם איז די גאס באפלייצט מיט פאשקעווילן קעגען זיין איש אמונו שישא
דריטע קלאפ
סאטמאר שעמט זיך אז זייער רבי רז"ל איז געגאנגען באזוכען דעם ליטווישדען גדול ר' חיים קניבסקי און ער איז בכלל נישט צוריקגעקומען באזוכען
סאטמאר שעמט זיך אז זייער רבי רז"ל איז געגאנגען באזוכען דעם ליטווישדען גדול ר' חיים קניבסקי און ער איז בכלל נישט צוריקגעקומען באזוכען
חוץ דעם וואס מיט דעם האט עהם רז"ל אין נאמען פון סאטמאר אנערקענט אלס גדול הדור
און
דערווייל איז ער דער גרעסטער כח און לוחם אז מען זאל גיין צו די בחירות
און ער צוברעכט און לאכט און טרעט אויף די גאנצע סאטמארער שיטה און אלע
יונגעלייט און בחורים אין סאטמאר פרעגען זיך אליינס די הארבע פראגע ? איז
דעם רבינס שיטה אין ויואל משה אמת אז די בחירות איז די הארבסטע עבירה ?
אדער נישט
(איך האב
פארגעסען אז היינט צוטאג איז דער עירוב א סאך א גרעסערע עבירה וויא דאס
גאנצע ציונות מיט דעם שיטה מען קען שוין היינט נעמען דעם ויואל משה און
בינדען פון ביידע זייטן
די הארבעסטע עבירה איז היינט צוטאג ביי די משוגעים ביי די טיפשים ושוטים אפגעריסעננע קעלבער דער טמאנער עירוב ימח שמו וזכרו )
פערטע
טויט קלאפ איז אז על אפם וחתמם פון ר' יושע ראזענבערגער רב אין בית שמש
גראבט מען דאך און מען בויעט בנין שלם און גבעת ירושלים דער גאנצער ציבור
פייפט אריין אין סאטמאר און אין דוד שמידל און אין אלע צודרייטע משוגעים
פיפטע קלאפ
אז
די עדה האט מכבד געווען ביים גרויסען פראטעסט קעגן גיוס בני ישיבות צו
רעדן דעם מרן שמואל אויערבאך וואס מכלומערשט האבען זיי פארקויפט תורת
לאקשען אז ער איז קנאי
דערווייל פירט
ער אהן א מערכה גדולה פאר די טמנע בחירות און אדרבה ער איז גורם אז מען זאל
נעמען בחורים אין גיוס ווייל ער צוברעכט דעם חרדישען כח
זעקסטע קלאפ איז דאס אויבעןדערמאנטע אז רב מאטעלע זייער גרעסטע רוקן ביין פייפט אין זיי אריין און זיי זענען אויס קאפעלוטש מאכערס
עס איז געקומען זייער צייט עוורי דאג העס איטס פעי דעי
והיה השם למלך על כל הארץ