רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 14 באוגוסט 2012

אין זכות פון סאטמארער רבי'ן ווייסן מיר אז יעדער בעלזער האט א ציילם אין הארצן - לכבוד כ"ו אב

שרייבט א סאטמארער:

מיר סאטמארע אידן דארפן אפגעבן א שבח והודאה אין אזא הייליגע טאג פאר'ן אונז איבערלאזן דעם הייליגע רבי זצ"ל.
איך ווייס נישט צו דו האסט אמאל אריינגעטראכט דעם שבח והודאה מ'דארף געבן פאר'ן באשעפער פאר'ן אונז געבן אזא רבי. לאמיר זיך פארשטעלן ווי אזוי מיר וואלטן ווען אויסגעזעהן אן אים;
ווען נישט אים וואלסטו ח"ו געשפילט באלי מיט דיין אינגל,
ווען נישט אים וואלסטו ל"ע געלערנט דף היומי,
ווען נישט אים וואלט דיין אינגל (אויף קיין שום איד נישט געזאגט) געפארן אויף א שגץ בייק,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געוואוסט אז די בעלזער'ס ביקן זיך עכט צום צלם פאר זיי גייען אין שיל,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געוואוסט אז נאר אונז סאטמארע אידן זענען די אמת'ע פח שמן הטהור, און אלע אנדערע אידן זענען סתם אידן וואס ביקן זיך צום בעל און האבן נישט קיין חלק לעולם הבא!
ווען נישט אים וואלסטו נישט געוואוסט אז מ'קען מלבש זיין שנאה אויף יעדע איד מיט א תורה'דיגע לבוש,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געוואוסט אז די אלע וואס זענען גענאנגען צום כינוס כלל ישראל זענען נישט מזרע ישראל,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געהאט אזעלכע זאפטיגע מעשיות ווי אזוי ער האט אריינגעזאגט און אריינגעשניטן יעדע רב ביי יעדע אסיפה,
ווען נישט אים וואלט הלל טייטלבוים און דוד עקשטיין געוואוינט אין וויליאמסבורג,
ווען נישט אים וואלטן מיר נישט געהאט פרייטאג צו נאכטס ביים זמן 15 מינוט וואס מ'מעג נאר בדיעבד מחלל שבת זיין,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געהאט 16 דורות נוטר ברית (וואט עבער עס מיינט)
ווען נישט אים וואס וואלטן מיר געטוהן שובבים?
ווען נישט אים ווי אזוי וואלטן מיר געווארן אויס תלמיד ווען מיר האבן געמאכט א קראץ אויף א נכס פון ישיבה?
יעצט ווען עס קומט די גרויסע יארצייט, געדענקסט אז 15 מינוט ביי גייקאו קען סעיוון 15 מינוט אדער מער

יום ראשון, 5 באוגוסט 2012

סאטמאר פלאצט ר' מנדל וועכטער גיט טעגליך א שיעור אין דעם טרייפענעם 'דף היומי' רחמנא לצלן

כשהם יורדים איז עד לתהום אזוי זאגן די סאטמארער וואס שטורעמען און שרייען געוואלד קענען נישט פארשטיין וויאזוי קומט דאס צו א געוועזענעם סאטמארער וואס ווייס דעם חומרת האיסור פון לערנען 'דף היומי' ער זאל רחמנא לצלן געבן יעדן טאג א שיעור אין דעם 'דף היומי'

זיי זענען ערשטוינט און ווילן נישט גלויבן געהערט אז הרב החסיד דער משפיע ר' מענדל וועכטער געוועזענער סאטמארער דער וואס די סאטמארער האבן אים אפגעשארן די בארד ווייל ער איז געווארן א ליובאוויטשער, איז אזוי פארקראכן אז נישט נאר וואס ער לערנט תניא, ער איז שוין ווייט פארזונקען גענומען לערנען 'דף היומי'

די סאטמארער ווילן אז זיין פאמיליע זאל שוין זיצן שבעה אויף אים, אזוי ווי מען זיצט אויף א כופר און אן אפיקורס און אויסרופן אז זיי האבן מיט אים קיין חלק ונחלה נישט ביז ער וועט תשובה טאן און שווערן ביי א ספר תורה אז ער וועט חלילה קיינמאל מער קיין 'דף היומי' נישט לערנען

די סאטמארער רבי'ס האבן געווארנט אז קיינער זאל זיך נישט באטייליגן אין די 'דף היומי' צערעמאניעס, זיי האבן גארנישט מיט די רשעים וואס זענען טעגליך מכשיל דעם עולם מיטן לערנען 'דף היומי' וואס דאס איז דער חיזוק הציונות