רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 31 במאי 2013

נאכוואס מאכט מען אין וויליאמסבורג צוויי בעזודנערע כינוסים קעגן דעם אינטערנעט

ס'איז ממש אומגלויבליך וויאזוי די זאליס באווייזן אייביג צו פארקירעווען
די שמיעס אוועק פון זיך.

פאראיאר ביי די כינוס האבן די ארונים נישט געוואלט זיך צושטעלן צו אזא
קאלערפולע ציבור, צוליב פארשידענע סיבות, דעמאלטס האבן די זאליס גע'טענהט
אז מ'מוז זיך יא צוזאמשטעלן, טראץ די אלע פראבלעמען וואס די ארונים האבן
געזאגט, מיט די טענה אז די אינטערנעט שטייגט אלעס איבער, און נאר מיט
אחדות קען מען דאס באקעמפן.

היי יאר ווען ס'איז נישט געווען די פאראיעריגע סיבות האבן די ארונים -
טראצדעם וואס דאס איז נישט אזוי שטארק אין זייער אינטערעסע, מסכים געווען
זיך צאמצושטעלן מיט די זאליס, און טאקע ווייל זיי אנערקענען אין די
וויכטיגקייט פון באקעמפן אינטערנעט.

האבן די זאליס געטוהן א שטארקע פארברעך, זיי האבן געלייגט פארטיי פאר
אידישקייט. זיי האבן געוויזן אז די גאנצע אינטערנעט מערכה אינטערעסירט
זיי זילטש. זיי אינטערעסירט פארטיי. פלוצלונג דארף מען שוין נישט גיין
צוזאמען.

די ארונים האבן באשלאסן אז זיי גייען ווייטער מיט די מערכה קעגן
אינטערנעט, און זיי גייען מאכן אן אייגענע מעמד, און טראצדעם וואס ס'איז
נישט אזוי פאליטיקלי אויסגעהאלטן, האבן זיי נישט געקוקט דערויף, און זיי
האבן באשלאסן צו מאכן זייער כינוס אין די זעלבע טאג. און מ'קען אליין
פארשטיין די מעלות פון איבערדרייען א שטאט ביידע עקן וועלן האבן זייער
כינוס אין די זעלבע צייט.

אנשטאט די זאליס זאלן זיך פרעגן היתכון מ'שטעלט פארטיי פאר יודישקייט,
בעת פאראיאר האט מען געשריגן אז ס'מוז זיין יעדער צוזאמען. האבן זיי
באשלאסן צו פארקירעווען דעם שמיעס. יעצט זינגן זיי דעם ניגון: היתכון די
ארונים מאכן די זעלבע טאג? נישט נאר זיי ווילן נישט מאכן צוזאמען און
ווייזן אז זיי זענען גרייט צו פארקוקן אויף פאליטיק פארן עתיד פון
אונזערע דורות, שרייען זיי נאך אז מ'טאר נישט מאכן דעם זעלבן טאג, און די
ארוינים זענען גאר די חיות פארן מאכן דעם זעלבן טאג.

אפשר קען מיר איינער זאגן די פראבלעם פון מאכן אינאיינעם אדער לכה"פ די
זעלבע צייט? סתם אבי צו פארקירעווען דעם שמיעס.

אזוי אויך האבן זיי סוקסעספול באוויזן אראפצונעמען די בלעים פון די
הויעכע פענסטער, און דאס אנלייגן אויף יצחק שטערן. איז דא איינער דא וואס
האלט אז די באשלוס איז געמאכט געווארן דורך יצחק שטערן?

נאר דאס קענען זיי גוט. אוועקנעמען די בלעים פון זיך, און טוישן די
דירעקציע פון די שמיעס. ווען זיי נוצן ווען זייער טאלאנט אויף גוטע זאכן
וואלט מעגליך היינט שוין געווען א סעלושן צו די אינטערנעט.

ואס שטערט פאר די זאליס אז ס'איז דא נאך א כינוס? ממילא אז מען גייט מאכן
א פראטעסט קעגן די ציונים, איז דא א טענה, דו דארפסט ווייזן פאר די וועלט
אז ס'איז דא אזא ריזן ציבור וואס איז קעגן זייערע גזירות (און דערפאר
ארבעט מען יעצט גאר שטארק מצד מהר"א אז די פראטעסט קעגן גיוס בני ישיבות
זאל זיין צוזאמען מיט זיי, הגם יעדער שרייט אז צד מהר"א גייט מיט די קאפ
אין וואנט, און איך גלייב נאך נישט אז דאס גייט צושטאנד קומען
וואטעווער), אבער דא? דא איז דא איין ציל, אויפקלערן פארן ציבור דעם
פראבלעם און אראפשטעלן פעסטע יסודות.
נו, אויב איז דא א ציבור וואס וויל דיר אונטערברענגן (נעבעך...) און
באשליסן אז זיי ווילן נישט הערן די דרשה פון דיין פירער, ווייל ביי זיי
גייט עס נישט העלפן, זיי ווילן מאכן עקסטער כדי ס'זאל יא העלפן ביי די
מערכה און זייער ציבור זאל אויך ארויסווארפן אינטערנעט, ואס שטערט עס
דיר? וואס נעמט עס אוועק פון די מערכה? הא?

מנשה לוסטיג לערנט א בלאט גמרא


יום חמישי, 30 במאי 2013

14 יאר צו די מהפכה אין סאטמאר

היינט איז געווארן 14 יאר פון די היסטורישע טאג ח"י סיון תשנ"ט
לאמיר אביסל אריבער גיין יענעם טאג און די תוצאות 14 יאר שפעטער

איך וועל אנהייבן מיט די ערשטע הבטחה און טענה וואס איז זייער אוקטואל היינט
די ערשטע טענה יענעם טאג פון די מחרחרי ריב איז געווען
פארוואס קען נישט זיין 2 סאטמאר קהילות???
נו מיר האלטן 14 יאר נאכדעם און צום גרויס שטונונג דעם זעלבען טאג
קומט ארויס די נייעס אז ס'גייט זיין אין ווילאמסבורג 2 כינוסים א' קרח
פארוואס דארף זיי צוויי נישט איינס אזויווי אין יעדע שטאט???
ווייל מהרז"ל וויל נישט בשום אופן זיצן און הערן זיין נעפיו רעדן
פרעגט זיך די שווערע קשיא פארוואס קען נישט זיין 2 סאטמאר קהילות???
און ווי שוין ארויס געברענגט איז טאקע הערן רעדן הגה"צ אבד"ק סאטמאר וומ"ס
ערגער ווי הערן רעדן ענגלישע דרשות???
ערגער ווי הערן רעדן אז גזירת גיוס איז א ביטול תורה גזירה???
ערגער ווי טרעטן אויף תקנות מיהלוביץ???
וואס שטערט דיר אז הגה"צ אבד"ק סאטמאר ווילאמסבורג וועט רעדן???
פארוואס קען נישט זיין 2 סאטמאר קהילות???

די צווייטע טענה יענעם טאג פון די מחרחרי ריב איז געווען
אז די דיינים דארפן האבן א ווארט אין די קהילה
נו מיר האלטן 14 יאר שפעטער האבן זיי א אייגינע ווארט???
קען א דיין דארט זאגן אז מען זאל איבער קוקן צומות הגידין???
קען א דיין דארט זאגן אז מען זאל זאלצן מיט שטיין זאץ???
האט א דיין די אייגענע דעה צו פסק'נען???
קען ער זאגן זיין אייגענע דעה אויף חיטים מצומחות???
קען ער זאגן זיין אייגענע דעה אויף גיין אין בג"ץ???
אדער איז דארט געבליבן די אלטע טרור אויף די דיינים
און ווער ס'זאגט נישט וואס די טרוריסטן ווילן זהעט עס סוף חודש אויפן טשעק???

די דריטע טענה יענעם טאג דורך די מחרחרי ריב איז געווען
נועם המידות, די אלטע חברה זענען שלעגער
נו מיר האלטן 14 יאר שפעטער איז נאך דא א ספק אין דעם???
ווער איז דער נועם המידות??? דער סימבאל פון מידות טובות???
טאקע די נייע געגרינדערטע ח"י סיון קהילה???
ווער שרייט נאך יעדע וואך די וואס טראגן מיט'ן עירוב???
ווער שיקט שלעגערס פאר ווער ס'גייט נישט אין שפאן???
די ליסטע איז אזוי גרויס אז ס'איז א שאד אנצוהייבן

די פערטע טענה יענעם טאג דורך די מחרחרי איב איז געווען
רבי זי"ע להחזיר עטרה ליושנה דער רבי זי"ע
נו מיר האלטן 14 יאר שפעטער איז טאקע די עטרה צוריק אין יושנה???
ווער פירט א ישיבה וואס הייבט זיך אן יעדען טאג 2 נאכמיטאג אן קיין פארטאגס???
ווער פירט א ישיבה ווי לערנען כשיטת החת"ס איז א בזיון???
ווער פירט א ישיבה וואס טרעט אויף די תקנת הישיבה פון רבי זי"ע???
ווער פארט אויף א"י און נעמט מיט לשיטתו 2000 מענטשען היפך דעת רבי זי"ע???
ווער געבט הסכמות אויף ספרים אנדערש ווי דער רבי זי"ע???
ווער טיילט געלט פאר אידן און מוסדות נאר מיט חשבונות פון פאליטיק???
ווער מישט אריין ביליגע פאליטיק אין יעדע זאך פון אידישקייט???

הרבה יותר ממה שכתוב כאן יש לנו לכתוב
אבער אין אזא טאג דארפן מיר חזר'ן און דאנקן
ברוך הוא אלוקינו בזכות רבותינו
שהבדלנו מן התועים און מיר האבן ווייטער א מנהיג
וואס ביי עם שטייט אידישקייט העכער אלעס
און די רודפי אחר הכבוד המדומה זענען נישט ביי אונז.

יום שישי, 24 במאי 2013

ווי ביליג מען קען זיך מאכן

שוין אריבער א יאר פון ווען די אזוי גערופענע קנאים קיצונים, סקריקים
האבן זיך צוזאם געשטעלט מיט די אגודות'טן לומדי דף היומי בעלי אלו ואלו דברי אלוקים חיים
און האבן מסכים געווען צו גיין אין א סדעטיאם מיט גרויסע ווידאו סקרינס
הערן דרשות בלשונות העמים וואס איז נאסר געווארן דורך גדולי ישראל
אבער זיי האבן מיט'ן שלייער פון ביליגע קנאות גזאגט אז אינטערנעט איז
חמור אז זיי זענען גרייט צו פארקוקן די אלע עבירות לטובת הענין

גייט אבער אריבער איין יאר און די קאץ קומט ארויס פון זאק
נע גארנישט קיין טובת הענין נאר בלויז כבוד המדומה און פאלטשקייט
אלע שטעט האבן די לעצטע וואכן געמאכט א הדר קבלהו מעמד
אויסער די הייליגע שטאט ווילאמסבורג, ווייסט איינער פארוואס?
דער תירוץ איז די בילגע קליקע וויל נישט אז הגה"צ אבד"ק סאטמאר ווילאמסבורג
דער מנהיג פון די גרעסטע קהילה אין שטאט זאל רעדן דארט ביים מעמד
איז לאמיר קאלר שטעלן וואס דער נועם המידות און קנאי האמתי זאגט

אגודה נישט קיין פראבלעם
לומדי דף היומי נישט קיין פראבלעם
ווידאו סקרינס נישט קיין פראבלעם
דרשות אין ענגליש נישט קיין פראבלעם
אויסרייסן תקנות מיהלוביץ נישט קיין פראבלעם
זיצן ווען מע זאגט א גיוס בני הישיבות איז נאר א ביטול תורה גזירה איז נישט קיין פראבלעם
אבער וואס איז יא א פראבלעם???
די דרשה פון זיין קאמפעטישן דא איז שוין נישטא טובת הענין דאס איז די גרעסטע עבירה

זאל יעדער אריין נעמען אין קאפ ווער מיינט כבוד שמים און ווער נישט
נישט אז ס'איז א חידוש אבער ס'איז גוט איבער צו חזר'ן דעם כלל

יום ראשון, 12 במאי 2013

מיליאנען דאלארן האט מען שבת גע'נדבן'ט ביי די זאליס אין בארא פארק

גרויסארטיקער שבת איו בארא פארק, דער זאלוני איז געקומען צוגאסט אין געגענט לכבוד דאס עפענונג פון די נייע שול פון די זאלונים אין בארא פארק

טויזעענטער האבן געשטראמט צו זיינע טישן, און שבת האט מען גע'נדבן'ט אין גרויסן. - אזוי גיט מען איבער

טייל פון די אויסטערלישע סכומים וואס זענען אריינגעקומען שבת ביי קריאת התורה ביים היסטארישן שבת במדבר אין בארא פארק

ר' יחזקאל בראך האט שוין געגעבן 3 מיליאן דאללער, און האט צוגעזאגט צו מעטשן פאנדס פאר יעדע דאללער וואס קומט אריין; אחים וויינשטאק 1.5 מיליאן דאללער; ר' הערשל הערבסט 1.5 מיליאן דאללער, און נאך 25 טויזענט פאר די מוסדות; בני ר' שמואל צבי שטערן 680 טויזענט; ר' איטשע פריינד 500 טויזענט; ר' איצי שטערן 100 טויזענט דאללער און אלע סידורים און חומשים פארן נייעם שוהל; ר' יעקב יוסף האס 500 טויזענט דאללער; ר' נפתלי גרינפעלד 360 טויזענט דאללער; ר' שמואל חיים בראך 250 טויזענט דאללער; ר' יושע ראטשטיין 100 טויזענט דאללער; ר' משה אלי' עסטרייכער 100 טויזענט דאללער און טייל פון די הוצאות השבת; ר' וואלף זיכערמאן 180 טויזענט דאללער; ר' יוסף שווימער הוסיף על נדבתו 50 טויזענט דאללער; ר' יושע גאלדבערגער ושותפו ר' נפתלי שווארץ הוסיפו 50 טויזענט דאללער, און א באס פאר די מוסדות; ר' מענדל שווימער (ב"פ) הוסיף על נדבתו 50 טויזענט דאללער; ר' אשר אלימלך מייזעלס 50 טויזענט דאללער; ר' וואלף ווערצבערגער 50 טויזענט דאללער און טייל די הוצאות השבת