רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 6 באוקטובר 2013

אהרונים זענען געווען געטריי און אויסגעפונען אז זיי זענען געווען פערד





פון א סאטמארער

טייערע ארוינימלעך, עס ציפט זייער דאס הארץ צו הערן אייער ווייטאג, מ'ווארפט זיך ארום מיט ענק ווי א מצה נאך די אכצן מינוט מ'האקט טעלעפאנען אויף בחורים אין טאטעס צוגלייך, מ'גייט אויף גבוה!! ס'ווערט שווארץ.. מ'דארף פאר קיינעם נישט מגלה זיין וואס גבוה מיינט.. אבער דאס ווערט ליידער א פאקט..
ווי שטארק עס פייניגט דאס געוויסן ליינענדיג די אלע ארטיקלען וואס יעדער בחור שרייבט פיל אי אבער אז איך מוז נעמען די שרייב געצייג אין אייך לערנען א שטיקל לעקציע,
ר' נפתלי בלומענפעלד פלעגט ביי יעדן געלעגנהייט זאגן, בחורים זענען נישט קיין קאנאן פלייש, בחורים זענען נישט קיין סאלדאטן, בחורים זענען געמאכט געווארן צו זיצן אין לערנען,
הגם עס האט זיך אייביג געווען עטליכע עסקנים וואס האבן געשוויצט אין געטון פאר די מוסדות, האט מען אייביג אבער געדענקט דעם חילוק צווישן זיין געטריי אין זיין א פערד...
אין דא איז געווען ענקער דורכפאל,
ווען די ארוינישע פירער האבן אנאנסירט אז מ'גייט זאגן "תהילים" אין ראדני סטריט זענען די מציוני הישיבה געווען פון די ערשטע אינוואדירער פונעם ביהמ"ד, בשעת ענקער רוחניות'דיגער פירער שטייט אנע קאפל אין זינגט כאסדיי האשעם (פרעג פארוואס..) די בחורים זענען געווען די ציגן וואס זענען געשיקט געווארן שרייען אין זינגען דעם זעקסטע הקפה ניגון בעת'ן קידוש בית החיים (ווייזט אויס אז עמרם כהן קען נישט די ניגון..) די בחורים זענען די וואס לאזן זיך בלינדערהייט שיקן צו יעדע אקציע מיט וואס די טאטעס פונעם פארטיי האלטן זיך נישט ביים שמוציג מאכן...
אט די בחורים ווערן געשיקט צו "גבוה"
קינדערלעך טייערע.. מ'גייט אויף גבוה!
דא האבן זיך די בחורים ערוועקט ווי פון  א בייזן חלום, אין פרעגן צו זיך, זענען מיר טאקע אזוינע בהימות? וואס האבן מיר געטאן צו פארדינען דעם טויט שטראף פון גבוה? דאס איז טאקע דער אפצאל פארן זיך שמוציג מאכן פאר די פארטיי?
זעענדיג אז דאס ווערט א ריאליטעט, שטיינעדיג עטליכע טעג פארן אנהייב זמן ווען די טירן פון די ניינצן ישיבות עפענען זיך, האבן די בחורים אפגעמאכט אז גענוג איז גענוג, א לימענע האט אויך א שיעור ביז וויפיל מ'קען עס קוועטשן, אין.. דער אויפשטאנד האט זיך אנגעהויבן...
אלץ זייטיגע צוקוקער איז מיר זייער אינטערעסאנט צוזען ווי עטץ בחורים זענטץ ביי די זעלבע מיינונג וואס איך האלט שוין עטליכע יאר..
פלוצלינג איז ענקער הרב החסיד הנקי והמפואר עמרם כהן געווארן פארוואנדלט אין ענקערע אויגן אלץ פשוטער שור נגח וואס וויסט נישט בחייכון אחוץ ווען ס'קומט וויי צוטון א צווייטן איד, פלוצלינג איז ענקער הרבני הנגיד יענקי סופר פארוואנדלט געווארן אין א געלט גייציגער מענטשן פרעסער אין א עוכר ישראל... פלוצלינג האט דער איש הנימוס ומעשאמעשבאקוידעש זיך אויסגעלערנט פון משה גבאי צו זיין א רשע אין א שגץ.. בקיצור הדברים דער אויפשטאנד איז אין פולסטן קראפט...
די בחורים מיט די טאטעס צוגלייך האבן ערקלערט אז זיי זענען מער נישט אינטערן פארטיי'ס רעזשים..
טייערע בחורים!! דאס מיינט דער פסוק אז א פערד פארשטייט בלויז פערדן שפראך..!! עטץ האטס ענק ביז יעצט געלאזט פארפירן פון וואס זיי האבן געהייסן.. פארוואס זאלן זיי ענק נישט שיקן אויף גבוה? אויסגעקוועטשט אין געגאנגען ווייטער..!!
יעצט וועט עטץ ענק מוזן אויסלערנען די "הארד וועי" אז עס איז דא א חילוק צווישן זיין געטריי אין זיין א פערד...
ואתכם הסליחה