רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 13 בינואר 2013

אהרונים מאכן חוזק פון דעם אהרוני וואס פארט קיין ישראל

ב' שבט תשע"ג לפ"ק
אל כבוד ידידינו החשובים רודצו"ח מחשובי קהלתינו הקדושה הע"י.

אזוי ווי מיר האלטן שוין ביי א וואך פון די גרויסארטיגע "מסע המלכות" וואס דער רבי שליט"א גרייט זיך צו פארן קיין ארצינו הקדושה מיט די סוויטע פון טויזענטער טויזענטער חשובי אנ"ש, מסלתה ומשמנה פון קהלתינו הקדושה, פון אמעריקע, קאנאדא און אייראפע, און ווי יעדער ווייסט און מיר האבן שוין מערערע מאל ערווענט, איז דער תכלית פון נסיעה בלויז צו מאכן א קידוש השם מסוף העולם ועד סופו, אז עוד רד ישראל עם קל ועם תורתו נאמן, און עס וועט פארשפרייט ווערן די די שיטה הקדושה פון התבדלות מרשעים, און דעם הייליגן דרך וואס מיר האבן מקבל געווען פון מרן רביה"ק והטהור בעל ויואל משה זי"ע ועכי"א.

אבער יעדער פארשטייט זיך איז דא די שאלה פון כסף מנלן.
ווי באקאנט האט כ"ק מרן רבינו שליט"א זיך מחייב געווען צו ברענגען אויף ארץ ישראל סכומים אדירים, צו דעקן די בודשעטען פון "אלע מוסדות הקדושים אשר לא כרעו לבעל", און אויך אויסצאלן אלע אלטע חובות וואס מוטשעט אלע הייליגע מוסדות בארצינו הקדושה, וועלכע נעמען נישט קיין געלט משלחן איזבל.
דאס איז א סך הכל פון איבער 6 מיליאן דאלאר
אויסערדעם האט דער רבי שליט"א זיך אונטערגענומען צו שטיצען און מחזק זיין מיט טויזענטער דאלאר פאר נצרכים, אלמנות ויתומים חתנים וכלות פון ישוב הישן, אידן וועלכע זענען זיך מתנזר פון די פורקי עול און נעמען נישט קיין שום הילף פון די טריפה'נע רעגירונג.
אויך האט די רביצין הרבנית הצדיקת תליט"א אויפגעשטעלט אן אייגענע קאסע פאר גאר וויכטיגע צוועקן, וועלכע וועלן באקומען גרויסע געלטער און שטיצן נויטבאדערפטיגע ערליכע אידישע משפחות.
דאס איז א סך הכל פון 4 מיליאן דאלאר

רבינו שליט"א האט פאר די וויכטיגע צוועקן אויפגעשטעלט די הייליגע קאסע "שקל הטהור", און האט גלייכצייטיג מחייב געווען אלע בחורים פון ישיבות קטנות און ישיבה גדולה ארינצוברענגען גרויסע געלטער, און ב"ה קומט טאקע אריין גאר שיינע נתיבות פון איבעראל אין דער גארער וועלט.

אבער אין הקומץ משביע הארי און מיר האלטן נאך ווייט פון צו שאפן דעם קריטישן וויכטיגן סכום פון:
צען מיליאן דאלאר
אט אט שטייען מיר שוין ביי די גליקליכע ענדע, וואס ביז געציילטע טעג פארט שוין דער גרויסער מנהיג כ"ק רבינו שליט"א, ואתו עמו טויזענטער און טויזעכנטער אנשי שלומינו, און עס פאדערט זיך אז יעדער זאל זיך אנטשרענגען
באופן יוצא מן הכלל
אין די קומענדיגע טעג וועלן די עסקנים ארומגיין אין אלע געגענטן אין הייזער פון נגידי אנ"ש נאך געלט פאר דעם גאר וויכטיגן צוועק.
פתח לנו שער בעת נעילת שער
מיר בעטן אייך זייער, ביטע זיי אויפנעמען שיין און צושטייער געבן בסבר פנים יפות. אין דעם זכות זאלן מיר געהאלפן ווערן מיט אלע ברכות משמים, און דער זכות פון מרן רביה"ק והטהור זי"ע זאל אייך באגלייטן בכל מילי דמיטב. ביז מיר וועלן זוכה צו זיין צו די גאולה שלימה בב"א.

שקל הטהור שע"י וועד הנסיעה