רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 15 בינואר 2013

אהרונים מאכן פון דעם זאלוני 'מלכי צדק מלך שלם' לכבוד זיין קומען קיין ירושלים



מייל שנשלח לחסידי מהרז''ל



****************************** ****************************** ***

א מעסעש פון דעם חשוב'ן עסקן אין ירושלים

מו"ה יצחק ווייס הי"ו



מיין אימעיל איז יצחק ווייס בזק אינט


און זיי האבן געלייגט א דזשי-מעיל

ביטע שיק ארויס א ברייטע מעלדונג פאר אלע מעמבער'ס און דעק אויף דעם זיוף אז יעדער וואס באקומט א מעיל פון מיר זאל עס נאכקוקן




זייט פארזיכטיג, זיי שיק פאלטשע צעטלעך אין מיין נאמען און די נאמען פון העדה, פון ועד הנסיעה, פון אלע אונזערע נעמען פאלטשען זיי צעטליך.

זה דרכם כסל למו, זיי זענען דאך כלו שקר מראשם ועד רגלם מיום הווסדם,

דאס האבן זיי דאך אייביג געטון, געפעלשט נעמען מיט אינטערשריפטן



היינט האט תלמידי רבינו גע- פארווערט די 3 צעטלעך וואס זיי האבן געשיקט אין מיין נאמען "מודעת רחוב גליון שלם" דאס קומט פון זיי, זיי ריפען דארט דעם רבי'ן שליט"א מיט די נעמען ווי זיי האבן ליב צושרייבן אויף זיך "למשל לקבל פני מלכי צדק מלך שלם" אזוי אויך מישן זיי אריין חפירות מיא באר שבע מיט בחירות אלעס צו מאכן א טשטוש המוחין מיט מחלוקת, יעדן טאג פרישע תחבלות.... וואס דארט אין אמעריקע אפשר פארשטייט מען נישט אזוי גוט, אבער זיי פרובירען שוין די גאנצע צייט  צו מאכן חרבנות - יום ולילה לא ישבתו



פון די ערשטע מינוט וואס איז נתבשר געווארען די ידיעה איבער די נסיעה פון רבינו שליט"א, האט זיך ארויס געשטעלט די נסיעה פון רבינו שליט"א מיט א ציבור פון יראים ושלמים יהודים נאמנים לה' ולתורתו פאר א שטארקע חיזוק פאר די ערליכע עדה וואס זענען נישט נאכגעשלעפט געווארען מיט כוחות הטומאה פון די ציונים

און עס ווערט פארגעזען בכל רחבי תבל ווי א ריזיגער קידוש ה' אז עוד רד ישראל עם קל,

ומאויבי תחכמני, פון דעם אליין וואס מיר זעהן די געוואלדיגע כוחות ווי די צד הטומאה פארלייגט זיך צו שטערן אויף טריט און שריט, פארשטייט מען דעם גרויסן קידוש ה' וואס ווערט ערווארטעט בע"ה, וכשזה קם זה נופל.

באלד פון אנהויב האבן די פארביסענע שונאי הדת געפאדערט אז מ'זאל ארעסטירען רבינו שליט"א ווען ער קומט אהן

אויך די שונאים מכם ובכם טוען אלע מיני השתדלות און פעולות און פעלשערייען טעגליך און שיקען ארום מיט אונזערע נעמען פאלטשע מודעות וואס זעהן אויס תמימותדיג און וועט אסאך מאהל אפילו ווייטער געשיקט נישט באמערקט אז דאס איז א זיוף

אזוי למשל איז היינט פארשפרייט געווארען 3 מודעות "מודעת רחוב גליון שלם - ליום  שלישי" געשיקט אין נאמען פון העסקן החשוב מו"ה יצחק ווייס הי"ו פון ירושלים מיט מודעות "ומלכי צדק מלך שלם" און זיי מישען אויס דארט בחירות מיט חפירות כדי מטשטש המוחין און מאכן מחלוקת
אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו בשם ה' אלוקינו נזכיר, המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד