יום שני, 2 בספטמבר 2013

נה נה ניי נה נה ניי.. אומאן!!

שוין וואכן לאנג זיך יעדער גרייט
מ׳פליעט פון נאנט און פון די ווייט
קיין אומאן צו דעם רבינ׳ס הויף
יעדער עס קומט זיך דא צונויף
מיט התלהבות שוין מ׳שטייט
ווייל ראש השנה איז דער צייט
די אויגן הייבט מען אויף ארויף
באשעפער, אשרינו מה טוב
רבי, זעה נאר וואו, דא אלע זענען מיר,
קיין אומאן געקומען זיין דא נעבן דיר
בך רבינו נגילה, נגילה ונשמחה,
אומאן אומאן ראש השנה,
מיר פארן קיין אוקריינע
די זכייה איז נישט קיין קליינע
ביים רבינ׳ס הויף צו זיין
ראש השנה אין אומאן
צום רבי׳ן קיין אוקריינע
פעלן עס טאר נישט קיינער
דאס איז יעדעס יאר מיין ציל
איך זינג מיט שמחה און געפיל
ביים ציון אט ענדליך איך שטיי
אוי רבי הער צו מיין געשריי
גענוג געווען די שווערע טעג
יעצט העלף מיר גיין דעם גוטן וועג
אויך זיך מתבודד אין אן עק
אוי טאטע אלע שלעכטס פארמעק
א פרוטה און די צען קאפיטלען
פונעם רבי׳ן איז די בעסטע מיטלען
רבי, זעה נאר וואו, דא אלע זענען מיר,
קיין אומאן געקומען זיין דא נעבן דיר
בך רבינו נגילה, נגילה ונשמחה,
אומאן אומאן ראש השנה,
מיר פארן קיין אוקריינע
די זכייה איז נישט קיין קליינע
ביים רבינ׳ס הויף צו זיין
ראש השנה אין אומאן
צום רבי׳ן קיין אוקריינע
פעלן עס טאר נישט קיינער
דאס איז יעדעס יאר מיין ציל
איך זינג מיט שמחה און געפיל
חבר מיינער הער זיך איין
קום מיט מיר דארט קיין אומאן
די רבי זאגט אז ווער ס׳וועט דארט זיין
שטיין פאר אים וועט ער אין יעדן זמן
א איד נישט קיין חילוק פון וועלכע סארט,
זיין וואונטש צום באשעפער בעט ער אין איין ווארט,
טאטע איך בעט דיר הייב מיר פון מיין ארט,
ווי א פייגעלע טראג מיר קיין אומאן אהין דארט,
נה נה ניי נה נה ניי.. אומאן!!