יום שני, 2 בספטמבר 2013

די צביעות פון דעם סאטמארער ראב"ד

דער ראב"ד פון סאטמאר וויליאמסבורג (זאלי) איז ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א (נישט אויסמישען מיטן ראב"ד פון די עדה החרדית ר' משה שטערנבוך וואס איז היינט אפגעפרעגט אין סאטמאר זאלי)
ער האט א זון א רב וואס איז א איידעם ביים קיוויאשדער רבין א סאטמארער זיין נאמען איז ר' ברוך אברהם
ער האט א זון וואס ער האט געוואלט ווערן א איידעם ביים בכור פון פאפער רבין הגאון ר' מאיר גרינוואלד
יעדער איד אין וויליאמסבורג ווייסט אז סאטמאר זענען די גרעסטע לוחמים אקעגען דעם "טמאנעם עירוב" רחמנא ליצלן
יעדען שבת נאכמיטאג גייען ארויס אלע זאלי בחורים אויף ליע עווניו און שרייען נאך מיסע זלזולים אויף פרויען און מיידלעך וואס טראגען מיטן "טמאנעם עירוב" און דאס ווערט געטון מיטן פולן הסכמה פון ראב"ד פון זאלי סאטמאר רבי ישראל חיים מנשה פ"מ הנ"ל
און יעדער ווייסט אז פאפע אין וויליאמסבורג פייפט אהן סאטמאר אין גרויסען אוןן אלע פאפער חסידים טראגען מיטן עירוב
יעצט וויאזוי האט דעם ראב"ד אייניקעל זיין זון זון געקענט ווערן א איידעם אין פאפע וואס לשיטת סאטמאר ואביו וזקינו זענען פאפער אידען עכטע מחללי שבת קודש
נאר פאר אביסעל כבוד
כדי זיין זון אייניקעל זאל ווערן א איידעם אין פאפע
האט ער אונטערגעשריבען א כתב אז זיין זון אייניקעל מעג שבת טראגען מיטן עירוב אזוי וויא מען פירט זיך אין פאפע
און חוץ דעם וועט ער עסן פאפער פלייש וואס איז נישט זאלי סאטמאר שחיטה
און אויך וועט ער פסח עסן מצות פון אריזאנע ווייץ וואס דאס איז לשיטת זאלי "חמץ גמור" אזוי וויא זיין זיידע דער ראב"ד האט אונטערגעשריבען אז אריזאנע ווייץ וואס פאפע עסט פסח איז חמץ גמור
אלעס פאר אביסעל כבוד
פאר אביסעל כבוד האט זיך דער ראב"ד געטוישט זיין רעליגיאן חאטשיג ער שיקט נאך אלץ בחורים נאכשרייען בתולות ונשים יעדען שבת אויף די גאס
אבער די בלאף פון זאלי סאטמאר גייט ווייטער אהן מיטן פולען טעמפט
יענער מוז פאלגען אלע סאטמאר משוגעתן
נאר איך מיט מיינע קינדער קען טון וואס איך וויל און גלוסט
והמבין יבין