יום חמישי, 15 במרץ 2012

אהרוני האט געווארט דער בעלזער זאל אוועקגיין און דאן געגאנגען מנחם אבל זיין

ער האט פון דעם מורא געהאט אזוי ווי פון דעם טויט, טאמער וועט מען מאכן פיקטשעס ווי ער שטייט נעבן דעם בעלזער, גיט אים די האנט שמייכעלט צו אים. ער האט אלעס געטאן ביי די לוויה זיך נישט טרעפן מיט אים

אבער, געהאט א גרויסן פראבלעם. דער חשש איז געווען אז די גאנצע פאמיליע גלייך נאך די קבורה וועט קומען צום הויז פון רבי'ן דער שווער דארטן וועלן זיין אלע קינדער כולל די איידימעס וואס עס מיינט אז דער אהרוני וועט זיין ווידער צוזאמען מיט דעם בעלזער. דעריבער האט דער אהרוני באשלאסן אז ער וועט גיין פון בית קברות צו די הויז פון חיים צבי מייזליש זיין שוועסטערס זון און ווארטן ביז דער בעלזער וועט אפלאזן די הויז און דאן גיין מנחם אבל זיין

דא איז דער סקווערער אריין אין זייער א שווערן פראבלעם. ווייל טאמער זאל ער גיין מיינט דאס אז נאר דער אהרוני איז נישט געקומען, וועט מען זאגן אז ער איז א בעל מחלוקת. דעריבער האט ער אים א טובה געטאן, און אויך ער איז געגאנגען צו איינעם פון זינע חסידים דארטן געווארט דער בעלזער זאל אוועקגיין און דאן געגאנגען מנחם אבל זיין עס זאל נישט זיין ניכר אז דער אהרוני ער איז דער פראבלעם

יום רביעי, 14 במרץ 2012

ווי קוקט אויס דער אהרוני זיצענדיג ביי זיינע שוואגערס אין וויזניץ?

אויף וואס האט געטראכט דער אהרוני ווען ער איז געזעסן ביי די 'שבעה' אין וויזניץ, נישט געקענט קוקן אויפן פנים פון זיינע שוואגערס ישראל'צע און מענדלי וואס קיינער האט נישט געוואלט גלויבן אז זיי וועלן נאך ווען רעדן און זיצן צוזאמען. זיי האבן אים געלערנט אז מיט א גוטן טאטן, מיט גוטע מידות און מיט אן אמת, קען מען אלעס באווייזן, און נישט נאר באווייזן, מען ווערט הונדערט מאל גרעסער

אהרן טייטעלבוים איז געווען אין זעלבן מצב בשעתו אין סאטמאר, און אויב ער וואלט געוואלט, האט געקענט זיין דאס זעלבע. ביידע צדדים זאלן זיך טרעפן זיך אדורכקומען, און זיצן 'שבעה' צוזאמען, ביידע ברידער ווערן רבי'ס יעדער ביי זיך, מען צוטיילט וואס עס איז מעגליך, און מען לעבט בשלום. ווען אהרן זאל דאס טאן בשעתו אין סאטמאר וואלט ער היינט געווען איינע פון די גרעסטע רבי'ס. ער האט פארלארן זיין גרויסקייט מיט דעם זיך שלאגן מיטן טאטן, שרייען אז ער ווייס נישט פון בחייכון וביומייכון, און דער נישט קענען באווייזן א טראפ גרויסקייט

פאר אהרן טייטעלבוים דער מחזה איז א זאך וואס איז אים נישט פארשטענדליך, וווי קען מען צולאזן עס זאלן זיין צוויי רבי'ס, ווי קען מען צולאזן אז די ברידער זאלן רעדן און שמייכלען און אפילו לאכן צוזאמען. ברידער דארפן זיך אויסרייסן די הענט מיט די אויגן איינער דעם אנדערן אזוי ווי ער האט געלערנט אין סאטמאר

יום ראשון, 4 במרץ 2012

למה הלך זרזיר אצל עורב כי מצא מין את מינו שרייבן די קרית יואל רבנים

ער אליין מעקט און וויל נישט מען זאל צופיהל רעדן פון זיין באזוך אין בעלזא, געמיינט אז עס וועט שנעל שטיל וווערן, האבן די רבנים פון קרית יואל געשריבן א לאנגן בריוו וואס דארטן מאכן זיי קלאר אז זייער עולם איז קעגן וואס דער אהרוני האט געטאן, און מאכן זייער קלאר מיט גרויסע ווערטער, אז למה הלך זרזיר אצל עורב כי מצא מין את מינו, פון זייער זייט איז דער אהרוני גארנישט בעסער פארן בעלזער