יום רביעי, 17 באפריל 2013

ר' חיים דוד כץ: מען דארף וואס מער מוסרים ווייל בדור שמשיח בא ירבו המוסרים בישראל

ביים עצרת אודות העירוב יום חמישי פרשת שמיני תשע"ג
האט זיך אויפגעשטעלט הרב חיים דוד כ"ץ פון בארא פארק
און מגלה געווען אז אלע אידן וואס טראגן מיט'ן עירוב רח"ל
זענען פונקט ווי מוסרים און ווערן ארויס געווארפן פון כלל ישראל
הערט ווערטער וואס הרב חיים דוד כ"ץ האט געזאגט ביים מעמד

ווארט ביי ווארט
ס'שטייט אין ישמח משה א מוראדיג ווארט חז"ל זאגן
אין בן דוד בא עד שירבו המוסרים בישראל ס'וועט זיין אסאך מוסרים ביי אידן
זאג דער ישמח משה דער טעם ווייל אין בן דוד בא אלא בדור שכולו חייב או כולו זכאי
דארף דאך זיין א בירור האחרון פאר משיח וועט קומען ווער ס'איז פון כלל ישראל
במילא וועט דער באשעפער מאכן אז די זאלן ווערן מוסרים ח"ו
און א מסור איז נישט פון כלל ישראל וועט ער ארויס פאלן ביים בירור האחרון
דאס קען זיין איז דער "נסיון האחרון" פאר משיח קומט פון חילול שבת
טראגן מיט'ן עירוב רח"ל ווייל דורך חילול שבת פאלט מען ארויס פון כלל ישראל
און דאס איז דער בירור האחרון פאר די גאולה העתידה

איז זאג נאר הרב חיים דוד כ"ץ האלטסטו אז דאס איז דער בירור האחרון
????????????? אזוי וועט משיח ווייזן מיט'ן פינגער רעכטס אדער לינקס
האסטו נישט געטראגן מיטן עירוב גיי רעכטס
אויב האסטו געטראגן מיטן עירוב גיי לינקס

איז עסן כשר פלייש אויך אין כלל?
איז עסן כשרע מצות למהדרין אויך אין כלל?
איז מחזק זיין מוסרים אויך אין כלל?
איז זיך שלאגן אין ביהמ"ד פאר א שיעור אויך אין כלל?
איז מחזק זיין הולכים בבג"ץ הציוני אויך אין כלל?
אדער טאקע דער בירור איז נאר עירוב רעכטס און לינקס????

איך מיין נישט מיט מיינע ווערטער ח"ו מתיר זיין דעם עירוב אבער אלעס האט א גבול