יום שישי, 31 במאי 2013

נאכוואס מאכט מען אין וויליאמסבורג צוויי בעזודנערע כינוסים קעגן דעם אינטערנעט

ס'איז ממש אומגלויבליך וויאזוי די זאליס באווייזן אייביג צו פארקירעווען
די שמיעס אוועק פון זיך.

פאראיאר ביי די כינוס האבן די ארונים נישט געוואלט זיך צושטעלן צו אזא
קאלערפולע ציבור, צוליב פארשידענע סיבות, דעמאלטס האבן די זאליס גע'טענהט
אז מ'מוז זיך יא צוזאמשטעלן, טראץ די אלע פראבלעמען וואס די ארונים האבן
געזאגט, מיט די טענה אז די אינטערנעט שטייגט אלעס איבער, און נאר מיט
אחדות קען מען דאס באקעמפן.

היי יאר ווען ס'איז נישט געווען די פאראיעריגע סיבות האבן די ארונים -
טראצדעם וואס דאס איז נישט אזוי שטארק אין זייער אינטערעסע, מסכים געווען
זיך צאמצושטעלן מיט די זאליס, און טאקע ווייל זיי אנערקענען אין די
וויכטיגקייט פון באקעמפן אינטערנעט.

האבן די זאליס געטוהן א שטארקע פארברעך, זיי האבן געלייגט פארטיי פאר
אידישקייט. זיי האבן געוויזן אז די גאנצע אינטערנעט מערכה אינטערעסירט
זיי זילטש. זיי אינטערעסירט פארטיי. פלוצלונג דארף מען שוין נישט גיין
צוזאמען.

די ארונים האבן באשלאסן אז זיי גייען ווייטער מיט די מערכה קעגן
אינטערנעט, און זיי גייען מאכן אן אייגענע מעמד, און טראצדעם וואס ס'איז
נישט אזוי פאליטיקלי אויסגעהאלטן, האבן זיי נישט געקוקט דערויף, און זיי
האבן באשלאסן צו מאכן זייער כינוס אין די זעלבע טאג. און מ'קען אליין
פארשטיין די מעלות פון איבערדרייען א שטאט ביידע עקן וועלן האבן זייער
כינוס אין די זעלבע צייט.

אנשטאט די זאליס זאלן זיך פרעגן היתכון מ'שטעלט פארטיי פאר יודישקייט,
בעת פאראיאר האט מען געשריגן אז ס'מוז זיין יעדער צוזאמען. האבן זיי
באשלאסן צו פארקירעווען דעם שמיעס. יעצט זינגן זיי דעם ניגון: היתכון די
ארונים מאכן די זעלבע טאג? נישט נאר זיי ווילן נישט מאכן צוזאמען און
ווייזן אז זיי זענען גרייט צו פארקוקן אויף פאליטיק פארן עתיד פון
אונזערע דורות, שרייען זיי נאך אז מ'טאר נישט מאכן דעם זעלבן טאג, און די
ארוינים זענען גאר די חיות פארן מאכן דעם זעלבן טאג.

אפשר קען מיר איינער זאגן די פראבלעם פון מאכן אינאיינעם אדער לכה"פ די
זעלבע צייט? סתם אבי צו פארקירעווען דעם שמיעס.

אזוי אויך האבן זיי סוקסעספול באוויזן אראפצונעמען די בלעים פון די
הויעכע פענסטער, און דאס אנלייגן אויף יצחק שטערן. איז דא איינער דא וואס
האלט אז די באשלוס איז געמאכט געווארן דורך יצחק שטערן?

נאר דאס קענען זיי גוט. אוועקנעמען די בלעים פון זיך, און טוישן די
דירעקציע פון די שמיעס. ווען זיי נוצן ווען זייער טאלאנט אויף גוטע זאכן
וואלט מעגליך היינט שוין געווען א סעלושן צו די אינטערנעט.

ואס שטערט פאר די זאליס אז ס'איז דא נאך א כינוס? ממילא אז מען גייט מאכן
א פראטעסט קעגן די ציונים, איז דא א טענה, דו דארפסט ווייזן פאר די וועלט
אז ס'איז דא אזא ריזן ציבור וואס איז קעגן זייערע גזירות (און דערפאר
ארבעט מען יעצט גאר שטארק מצד מהר"א אז די פראטעסט קעגן גיוס בני ישיבות
זאל זיין צוזאמען מיט זיי, הגם יעדער שרייט אז צד מהר"א גייט מיט די קאפ
אין וואנט, און איך גלייב נאך נישט אז דאס גייט צושטאנד קומען
וואטעווער), אבער דא? דא איז דא איין ציל, אויפקלערן פארן ציבור דעם
פראבלעם און אראפשטעלן פעסטע יסודות.
נו, אויב איז דא א ציבור וואס וויל דיר אונטערברענגן (נעבעך...) און
באשליסן אז זיי ווילן נישט הערן די דרשה פון דיין פירער, ווייל ביי זיי
גייט עס נישט העלפן, זיי ווילן מאכן עקסטער כדי ס'זאל יא העלפן ביי די
מערכה און זייער ציבור זאל אויך ארויסווארפן אינטערנעט, ואס שטערט עס
דיר? וואס נעמט עס אוועק פון די מערכה? הא?