רשימת הבלוגים שלי
יום ראשון, 25 באוגוסט 2013
יום שבת, 24 באוגוסט 2013
וואס עסקנים פון ירושלים האבן אונז געשיקט
להודיע: מיר האבן פערזענליך זיך
אריינגעלייגט אין דעם ענין, מברר צו זיין פון יעדן עסקן וואס האט נאר די
מינדעסטע שייכות מיט די מערכה און אויך עסקנים פון אנדערע מערכות ישראל, געוואויר
צו ווערן ווער עס פארשפרייט די אלע פאשקווילען מיט דברי בזיון אקעגן דעם
ראב"ד? און קיין איינער פון זיי האבן נישט די מינדעסטע ידיעה ווער עס
איז דער געהיימער האנט וואס פארשפרייט די סארט ווילדע און נארישע פאשקאווילן אויף
ר' משה שטערנבוך און ר' אברהם סלאנים – זיי אלע זאגן אז אפילו אויב זיי וואלטן
געהאלטן אז לתועלת המערכה דארף מען שרייבן קעגען זיי, וואלטן זיי קינמאל נישט
ארויסגעלאזט אזעלכע סארטן ביליגע צעטליך וואס דער קלענסטער בעל דעת פארשטייט אז
דאס קען בלויז שאדן מאכן .
נאכן
נאכגיין גרינטלעך די זאך זענען עסקנים געשטאנען על המשמר כדי אפצושטעלען די
גאר מבוזה'דיגע פאשקווילען (וואס איז נישט געבויט אויף דעם ענינים נאר סתם
בזיונות) און די עסקנים האבן אויסגעפונען אז די אהרונים
בעצמם זענען די וואס שטייען מאחורי הפרגוד אונטער די נידריגע
פאשקאווילן,וועלכע זענען לכאורה לכל הדיעות איבערגעטריבן ווילד, און ספעציעל
אויסטערליש נאריש,און ווי דער ערפארונג האט געוויזן אין די פארגאנגענהייט אז זיי
זענען עלול צו טאן פיל שמוציגערע זאכן אפילו קעגן זייערע אייגענע רבנים וכדומה,
כדי צו באשמוצן דעם ערליכן ציבור, צו ברענגען אז רבנים זאלן זיך אננעמען פאר דעם רב
המתיר, און כדי צו פארקירעווען די מערכה פון די רעלסן – די אויסטערלישע טפשות און
ווילדקייט (ווי למשל דאס שרייבן אויף א צעטל אז מ'דארף מקיים זיין אויף אברהם
סלאנים די דיני רודף,ועוד ועוד), עס איז דא ידים מוכיחות אז זיי זענען
די וואס פארשפרייטן דאס.
יום רביעי, 14 באוגוסט 2013
וויליאמסבורג באשמוצט דעם ראב"ד פון די 'עדה החרדית' שרייבט אויף אים 'שמך יחקק לחרפה ולדראון עולם'
וויליאמסבורג
ברענט און פארפלייצט מיט טויזענטער פאשקווילען פון די סאטמארע טעראריסטן
וואס זענען מטיל אימה ופחד אויף דעם וואס טראכט אנדערש וויא זיי כמאז ומקדם
וויא דע ענ ק וו ד
אבער דאס מאל זענען זיי זיך אליינס מבזה
הגאון האדיר ר' משה שטערנבוך בלייבט א גדול און זיי האבען אפנים וויא ר' סענדר דייטש ראה"ק פלעגט זאגען הא למה זה דומה
איינער זיצט אויף א בוים און נעמט א זעג און זעגט זיין איינענע בוים
סוף כל סוף וועט ער אראפטראסקען
דאס זעלבע זיי טוען דעם בעסטן דזשאב
זיי אליין באגראבען דעם שקר וואס הייסט עדה החרדית
דאס וואס די ציוניפם און די בעלזער האבען נישט געקענט דאס טוען זיי אליינס
אלע דרויסענדיגע יודען שטייען און לאכען און זענען זיך מחיה
מען ווערט פטור פון די פאלשע מענטשען טעראריסטן וואס רופן זיך עדה החרדית
אזוי וועט מען בקרוב פטור ווערן פון די סאטמרע טעראריסטן
אוי וויא דער ליובאוויטשער רבי האט געזעהן מיט זיין רוה"ק און געזאגט ברבים
עס וועט קומען א אס זיי וועלן זיך שלאגען צווישען זיך
רבם דקרו זייערע אייגענע רבנים וועלן זיי שלאגען
אוי לאטותה בושה
יום שלישי, 13 באוגוסט 2013
יום שישי, 2 באוגוסט 2013
יום חמישי, 1 באוגוסט 2013
הירשם ל-
רשומות (Atom)