יום שבת, 24 באוגוסט 2013

וואס עסקנים פון ירושלים האבן אונז געשיקט


להודיע: מיר האבן פערזענליך זיך אריינגעלייגט אין דעם ענין, מברר צו זיין פון יעדן עסקן וואס האט נאר די מינדעסטע שייכות מיט די מערכה און אויך עסקנים פון אנדערע מערכות ישראל, געוואויר צו ווערן ווער עס פארשפרייט די אלע פאשקווילען מיט דברי בזיון אקעגן דעם ראב"ד?  און קיין איינער פון זיי האבן נישט די מינדעסטע ידיעה ווער עס איז דער געהיימער האנט וואס פארשפרייט די סארט ווילדע און נארישע פאשקאווילן אויף ר' משה שטערנבוך און ר' אברהם סלאנים – זיי אלע זאגן אז אפילו אויב זיי וואלטן געהאלטן אז לתועלת המערכה דארף מען שרייבן קעגען זיי, וואלטן זיי קינמאל נישט ארויסגעלאזט אזעלכע סארטן ביליגע צעטליך וואס דער קלענסטער בעל דעת פארשטייט אז דאס קען בלויז שאדן מאכן .
נאכן נאכגיין גרינטלעך די זאך זענען עסקנים געשטאנען על המשמר כדי אפצושטעלען די גאר מבוזה'דיגע פאשקווילען (וואס איז נישט געבויט אויף דעם ענינים נאר סתם בזיונות) און די עסקנים האבן אויסגעפונען אז די אהרונים בעצמם זענען די וואס שטייען מאחורי הפרגוד אונטער די נידריגע פאשקאווילן,וועלכע זענען לכאורה לכל הדיעות איבערגעטריבן ווילד, און ספעציעל אויסטערליש נאריש,און ווי דער ערפארונג האט געוויזן אין די פארגאנגענהייט אז זיי זענען עלול צו טאן פיל שמוציגערע זאכן אפילו קעגן זייערע אייגענע רבנים וכדומה, כדי צו באשמוצן דעם ערליכן ציבור, צו ברענגען אז רבנים זאלן זיך אננעמען פאר דעם רב המתיר, און כדי צו פארקירעווען די מערכה פון די רעלסן – די אויסטערלישע טפשות און ווילדקייט (ווי למשל דאס שרייבן אויף א צעטל אז מ'דארף מקיים זיין אויף אברהם סלאנים די דיני רודף,ועוד ועוד), עס איז דא ידים מוכיחות אז זיי זענען די וואס פארשפרייטן דאס.