יום ראשון, 22 בינואר 2012

נייעס און קאמענטארן

איך האב געהאט א סאך ספיקות צו איך זאל דאס טאן. איך האב היינט צום טאג ארום 10 בלאג'ס און עס וועלן קומען נאך אנדערע, און מען דארף פאר זיי צייט. איך גיב נישט אוועק צופיהל צייט פאר זיי ווייל איך האב נאך אנדערע התחייבות'ן און א סאך ארבעט, אבער א סאך מענטשן בעיקר גוטע פריינד מוטשען מיר און בעטן זיך איך זאל זיך נעמען צוריק צום אידיש, ווייל זיי פארשטייען נישט קיין לשון הקודש

דער אמת איז, אז ווער עס פארשטייט לשון הקודש האט דעם 'בעולמם של חרדים' מיט די 'חדשות בקצרה' דארטן האט ער יעדן טאג וואס ער דארף וויסן וואס עס קומט פאהר אין די חרדישע וועלט. אבער עס איז שווער פאר א גרויסן עולם דאס צו ליינען דעריבער וועל איך זיך בל"נ פון היינט משתדל זיין און געבן טעגליך אויך אין אידיש אבער זייער בקיצור, איך וועל דאס מאכן קורץ און  שארף

די מעלה פון א בלאג איז, אז עס איז נישט מוגבל אין צייט און אין פלאץ, עס איז למעלה מן הזמן, איך קען דאס טאן אוואו איך בין און ווען איך קען, בייטאג ביינאכט ווען עס מאכט זיך מיר עטליכע מינוטן. צודערצו איז דאס בעסער פון א צייטונג, ווייל דארטן מוז מען אנפילן זייטן, דא קען מען יוצא זיין אויך מיט עטליכע שורות. און צודערצו טראגט דאס א מורא'דיגע מעלה, ווייל ביי א צייטונג עס איז אדורך די וואך עס קומט א פרישער נומער און דו האסט דאס נישט געזען האסטו פארלארן. דא בלייבט אלעס, ווען דו קומסט אריין אפילו א יאר שפעטער קענסטו אלעס טרעפן

צודערצו נאך א גרויסע מעלה מען האט דאס שוין ווען די נייעס קאכט, און אויף דער גאנצער וועלט אין די זעלבע צייט, וואס פאר דעם טו איך דאס. היינט איז דער ציבור אריבער צום אינטערנעט, און מיט די צייט וועלן דאס האבן דער מערהיייט, דעריבער איז דאס די וועג

איך גיי ארויס צו א לאנגע וועג וואס וועט נישט זיין לייכט, און מיט דעם אויבערשטן'ס הילף וועט דאס אי"ה ווערן א גרויסע זאך