יום ראשון, 5 בפברואר 2012

אהרוני שרייט געוואלד אויף דעם וואס זיינע חסידים ליגן אין דעם פייסבוק און טוויטער

ער זאגט קלאר אז ער קען נישט משנה זיין די וועלט, אבער וואס יא ער וויל פארזיכערן זיינע חסידים און חסידות'טעס דעריבער האט ער געהייסן אז אויך די נשים זאלן זיין ביי א ספעציעלע אסיפה וואס ער האט אפגעהאלטן איבער א געפערלעכע מחלה וואס איז פארשפרייט געווארן צווישן זיינע חסידים און חסידות'טעס און דאס איז דער אפליגן אין פייסבוק און טוויטער

ער האט ממש געוויינט געזאגט אז דער חורבן איז גרויס, דערציילט מעשיות וואס עס קומט פאהר אין גאר הערליכע הייזער און ווי ווייט עס איז פארקראכן אז זיינע חסידים היינט פון דרויסן קוקן אויס ווי חסידים אבער אינעווייניג ליגן זיי אין די ערגסטע שמוץ

ער האט דערציילט אז זיינע חסידים און חסידות'סטעס שיקן פיקטשעס איינער דעם אנדערן, און אז דאס פירט צו די ערגסטע פריצות און בעיקר גילוי עריות, דעריבער האט ער געווארנט יעדן וואס וועט האלטן א קאמפיוטער אין דערהיים אז מען וועט ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות. ער האט געווארנט און געזאגט אז אפילו פאר פרנסה זאל מען נישט האלטן דעם קאמפיוטער אין דערהיים, און די עסקנים זיינע וועלן צושטעלן דעם עולם פלעצער אוואו מען קען זיצן ביים אינטערנעט

ער האט צוגעגעבן נאך עפעס וואס למעשה מיט דעם האט ער געזאגט, אז עס איז א פארלארענע שפיל, און  דאס זענען די קליינע מאשינדעלעך וואס מען קען האלטן אין קליין קעשענע און פון דארטן קריכן צו אלע שמוץ, די פראגע איז וואס טוט מען דאס ארויסצונעמען פון זיינע חסידים און חסידות'טעס צו דעם האט ער קיין עצה נישט

ער איז מודה אז דער שטן המשחית איז אריינגעקראכן אין זיין קהילה און מאכט א חורבן, און די פראגע איז צו עס איז נישט צו שפעט. עס איז א פאקט, אז זיינע חסידים האבן א פורום און א וועבסייד און ליגן אפ אין דעם אינטערנעט טאג און נאכט, און די פראגע איז, אויב מען האט נישט מער קיין קאמפיוטערס וויאזוי שרייבט מען אין 'כל העולם כולו' אן אהרוני פורום און נאך אנדערע פלעצער. מען זעהט למשל די אהרונים ליגן אפ שטארק אין דעם 'בחדרי חרדים' און אנדערע פלעצער.

כל זמן דער אהרוני האט זיי פון דארטן נישט ארויסגענומען, לערנט דאס אז ער איז נישט מער ווי א זועק על לשעבר, ווייל עס איז שוין צו שפעט