רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 20 בפברואר 2012

א בריוו פון א ירושליימער איד צו אן אהרוני


כבוד ידידי היקר והחשוב          הי"ו
איך האב געזען דיין באריכט איבער די שיינע נסיעה פון דיין רבי'ן בארה"ק. יא, אלעס פיין און וואויל, טאקע א שיינע באזוך, אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי!.... ווען דאס וואלט געווען באבוב'ער רבי אדער סקווירא וואלט איך מסכים געווען מיט דיר אז די נסיעה איז אריבער מיט די גרעסטע סוקסעס. אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי!

1.      ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, צי אין יאר תשכ"ה צי אין יאר תשנ"ד, האבן די גאנצע יהדות החרדית אין ארץ ישראל, ובעיקר אין ירושלים, מיטגעלעבט די יו"ט'דיגע טעג מיט צוויי וואכן בעפאר. משא"כ יעצט איז די ירושלימ'ער גאסן טויט, מ'איז נאר געוואויר געווארן אז ער איז געקומען קיין א"י דורך זיין פגישה מיט'ן בעלזער און דורך די פאשקעווילן וואס הענגט בחוצות ירושלים כנגדו. . – ווער האט דען גע'חלומ'ט תשנ"ד ביי די מסע המלכות פון סאטמאר'ער רבי זי"ע ווען פון יעדן ווינקל פון די ירושלימ'ער גאסן האט ארויסגעשריגן א יו"ט'דיגע שטימונג, אז ווען דער קומענדיגער סאטמאר'ער רבי וועט קומען קיין ארץ ישראל וועט קיין נפש חיה אין ירושלים נישט וויסן בכלל דערפון, און ווען נישט די פלאקאטן אין די גאסן אקעגן אים וואלט מען נאך ביז יעצט נישט געוואוסט פון דעם ביאת צדיק לעיר. איי וועסטו ענטפערן אז די באזוך פון דיין רבי'ן איז געווידמעט נאר פאר בני ברק, הא גופא קשיא! פארוואס טאקע קומט ער נישט אריין אין ירושלים?! פארוואס האבן רבוה"ק מסאטמאר נישט געדארפט האבן אזוינע תירוצים אז זיי זענען געקומען נאר אין ב"ב?!.

2.     ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  איז די מטרה געווען צו מחזק זיין די יראים ונקיי הדעת שבירושלים וואס האבן אויסצושטיין ביטערע צייטן פון די מלכות הרשעה, מחזק זיין די העדה החרדית וכו', אלע רבנים פון די העדה און פון די פרומע קהילות האבן באזוכט און ענטפאנגען דעם מנהיג העדה, אצינד ווען דער א.ג. סאטמאר'ער רבי איז געקומען קיין א"י האט ער שוין אנגעיאגט צו באזוכן אלע לינקע רבנים, גור, בעלזא, באיאן, הגר"נ קרליץ, ווי'זניץ, טשערנאביל, וכו' וכו', אבער מיט די אלע רעכטע רבנים וויל ער זיך נישט טרעפן... ניטאמאל מיט'ן "מרא דאתרא" גאב"ד קרית יואל ב"ב שליט"א וועלכער איז נתמנה געווארן דורך רביה"ק זי"ע אלס רב אין ב"ב און ער האט נאך אזוי דעם דין פון מרא דאתרא אזוי ווי דיין רבי אין קרית יואל, גייט ער נישט באזוכן...  איי וועסטו מיר ענטפערן אז דער רבי זי"ע און דער בר"מ האבן זיך אויך געטראפן מיט גור הרב שך וכו', פארשטייסטו גאנץ גוט אז נישט דאס איז געווען דער עיקר און די מטרה פון דעם באזוך, נאר נאך וואס ער האט מחזק געווען די העדה החרדית און אלע ערליכע רבנים האבן זיי אויך אריינגעווארפן א ביינדל פאר די א.ד. רבנים, און דאס איז געווען א טפל לגבי דעם עיקר, אבער באזוכן "נאר" די לינקע רבנים, און נישט די ערליכע רבנים אין א"י וואס דארפן יעצט אזוי פיל חיזוק שטייענדיג אין אזעלכע שווערע צייטן, אויף דעם דארף מען זיין א אנטיסעמיט און פיינט האבן דעם ויואל משה...


3.    ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, זענען די אלע מוסדות התורה עטה"ק ארויסגעקומען מיט ווארימע באגריסונגען לכבודם, זייענדיג דער מגן החינוך הטהור און דער עמוד התווך פון די אלע מוסדות'ן עטה"ק אין א"י. אצינד ביים יעצטיגן באזוך, איז נישטא קיין איין איינציגן צעטל אויסער שומרי החומות (...) פשוט ווייל דער רבי לאזט נישט מ'זאל הענגען צעטלען... – איך פאדער שוין נישט אז ער זאל זיין אזוי ווי די סאטמאר'ער רבי'ס, אבער לכל הפחות אזוי ווי דער סאטמאר'ער ראב"ד, וואס פילע מוסדות התורה האבן פארשטאנען ארויסצוהענגען באגריסונגען לכבודו, פילע מוסדות התורה האבן אויסגענוצט זיין באזוך לחזק ולרומם די מבצרי התורה, געטיילט שווערע געלטער פאר עטליכע מוסדות התורה עטה"ק, וכו'



4.   ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, האבן אלע מוסדות התורה עטה"ק ארויסגעשיקט זייערע תלמידים פון די מוסדות צו ענטפאנגען דעם מגן החינוך הטהור, (און אפי' ווען סאטמאר'ער ראב"ד איז געקומען קיין א"י האבן די מוסדות'ן עטה"ק ארויסגעשיקט די קינדער און די בחורי הישיבות), און ביים יעצטיגן באזוך פון זייער "ממלא מקום וממשיך דרכם" איז מען געצווינגען צו זאגן אז דער רבי "לאזט נישט" פאר די מוסדות'ן מ'זאל ארויסשיקן זייערע קינדער, פשוט ווייל ער האט פיינט כבוד און אינטענטשן. 

די בעסטע איז יעצט פאר דיר צו נוצן די סטעייטמענט פון דיין רבי'ן: ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט... און מיט דעם ביסטו פטור אן עסק


5. ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  האבן די ערליכע אידן אין ארץ ישראל געזיגט און געפייערט א נצחון אין די לינקע פארטייען, די ערליכע אידן זענען געגאנגען מיט א קאפ ארויף און גוטמוטיג, ווידער ביים יעצטיגן באזוך וואס דער קלימאקס דערפון איז געווען די פגישה מיט'ן בעלזער, וואס דאס מיינט אריינגעשטאכן א שפיז אין די פרומע ערליכע אידן, און עמטליך אויסגערופן קבל עם ומלואה, מיר זענען נישט אזוי פארנאטיש ווי דער ויואל משה און דער ברך משה זענען געווען, נשתנו העתים וכו'. זענען די אלע ליבעראלע און לינקע פארטייען מיט א קאפ ארויף און צופרידן מיט'ן נייעם סאטמאר'ער רבי דער אוהב שלום, ווידער די יראי ה' זענען צובראכן און צושטאכן לשברי שברים אז אזוינס האט מען געקענט דערלעבן. – און כדי זיך צו שפירן געשמאק פיטערט מען ענק מיט דברי זלזול וליצנות אויף די ערליכע אידן , ווי סיקריקים וכדו', און אז נישט דאס איז געווען די שיטה פון דעם דברי יואל וכו' וכו'. לאמיר זיך נישט נארן: די "זעלבע" ערליכע אידן און רבנים וועלכע פלעגן ארויסקומען מחוזק פון די באזוכן פון די סאטמארע'ר רבי'ס, די "זעלבע" אידן זענען יעצט ארויס צעשאסן פון דעם שפיז וואס דיין רבי האט אריינגעשטאכן אין זיי. און די שינוי השמות סקריקים, קיצונים, מחריבי קרתא וכו' מאכן גארנישט אויס. דער אמת בלייבט די זעלבע.


6.   ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  פלעגט דער גאב"ד ירושלים און די אלע רבנים פון די העדה החרדית זיך אינגאנצן מכניע זיין און מקבל מרות זיין פון רבותינו הק', משא"כ יעצט האבן מיר דערלעבט אז דער גרויסער מנהיג העדה און לוחם מלחמות ה' מרן גאב"ד ירושלים שליט"א וויל נישט קענען דעם פערזאן און לאזט הערן אויף אים שארפע ווערטער, וואס ער לאזט נישט הערן אויף קיין שום אנדערן מנהיג בישראל. און ענקערע הוגי דיעות זענען ווידעראמאל געצוואונגען – כדי צו בארואיגן ענקערע געמיטער – צו ענק פיטערן מיט דברי זלזול וליצנות אויפ'ן ירושלימ'ער רב שליט"א (אשר כזאת לא היתה מאז ישראל היתה לגוי), און עטס פילט זיך אויפ'ן זיבעטן הימל אז מ'באטיטלט אים מיט'ן טיטל ראש ישיבת "פאר התורה" און מיט דעם האט מען אים אוועקגעלייגט אויף אייביג... אזוי ווי ענק האבן אוועקגעלייגט אונזערע אלע רבנים און בנינים וכו' דורכ'ן געבן א שינוי השם. נעבעך, נעבעך..

איך זעה אז איך האב מיך אריינגעלאזט אין א זאך וואס איך וועל נישט פערטיג ווערן, סא לאמיר שליסן מיינע ווערטער, מיט דעם וואס איך האב אנגעהויבן, עס איז טאקע אריבער זייער א שיינע באזוך אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי... כאטש די גאנצע לינקע גאס איז שטארק צופרידן מיט דיין רבי'ן איבערדעם וואס ער האט אראפגענומען דעם אלטן פלעק פון סאטמאר, אבער יעדער פון זיי פארשטייט גאנץ גוט אז "לשיטתם" פון סאטמאר זענען די זאליס גערעכט, יעדער חילוני פארשטייט אז "לשיטת סאטמאר" איז דיין רבי נישט קיין סאטמאר'ער רבי, און היינט זעט יעדער קלאר אז מ'האט נישט גענומען דעם יונגערן ברודער סתם אזוי, און אז די קריג פון סאטמאר איז נישט וועלכער רבי קען זאגן שענערע תורה'ס, נאר מ'קריגט זיך אויף יסודות פון זייער אידיעאלאגיע...
די בעסטע איז יעצט פאר דיר צו נוצן די סטעייטמענט פון דיין רבי'ן: ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט... און מיט דעם ביסטו פטור אן עסק