יום שישי, 24 בפברואר 2012

ווי קוקט די 'עדה החרדית' אויף דעם אהרוני'ס באזוך אין ארץ ישראל?

"העדה החרדית" באשליסן צו מוקיע זיין ר' אהרן ממחנה היהדות החרדית!

עס איז נישט קיין סוד פאר קיינעם אז די יעצטיגע באזוך פון ר' אהרן אין ארץ ישראל האט זיך געשלאסן מיט א פייערדיגע מערכה און התבדלות צווישן ר' אהרן מיט די העדה החרדית און בפרט מיט'ן ירושלימ'ער רב שליט"א.


הסברים זענען איבריג ווי אזוי און צוליב וואס דאס איז צושטאנד געקומען, יעדער איינער אפי' א חדר-אינגל האט ארויסגענומען פון דעם באזוך פון ר' אהרן א קלארע ציל צו אויסשרייען קבל עם ומלואה: סאטמאר זענען מער נישט קיין קיצונים, סיקריקים. מיר דארפן מער נישט די העדה החרדית; מיר דארפן מער נישט די פרומע קרייזן; עס איז א בושה פאר אונז אז סאטמאר גייט אריין אין די קאטעגאריע פון די העדה החרדית, נטורי קרתא, סאטמאר מהרי"י, תולדות אהרן, דושינסקיא, שומרי החומות, ברסלב, משכנות הרועים, קהל חסידי ירושלים, פרושים, תפארת ירושלים, וכו' וכו', עס איז א בושה פאר אונז צו נכלל ווערן און אזעלכע קליינע און פארנאטישע פארטייען, עס איז אונז אסאך א גרעסערע כבוד צו זיין אין די קאטעגאריע פון די באמבעדיגע חסידות'ן: גור, בעלזא, וויז'ניץ, סערט, באיאן, וכו' וכו'.  

פארשטייט זיך אז די שערי תירוצים לא ננעלו, און מ'וועט אנהייבן צו ענטפערן, אז בעצם איז ער יא א רעכטער, נאר דאס וואס ער האט באזוכט נאר די לינקע רבנים איז פשוט ווייל ער האט "זיך קאנצעטרירט נאר אויף בני ברק", פשוט וועגן "נימוס", (אדער אפווענדן דאס אלעס, ווייל ער איז דאך געגאנגען באזוכן אויך הרב וואזנער) וכו' וכו'. אמת, תירוצים וועט אלעמאל זיין, אבער דער פאקט וועט מען קיינמאל נישט קענען טוישן, יעדער קנאי, חילוני, בינוני, האט אונטערשטע שורה ארויסגעהאט פון דעם באזוך שווארץ אויף ווייס: "מיר האבן געטוישט א מהלך". פאר די אידן פון חו"ל איז דאס בכלל נישט געווען קיין נייעס, אבער די ארץ ישראל'דיגע אידן האבן דאס צום ערשטן מאל איינגעזען אזוי אפן און קלאר.

אצינד, די העדה החרדית האבן באקומען מער א פערזענליכע "מעסעדזש" פון ר' אהרן אז ער וויל זיך מוציא זיין מן הכלל, דורכדעם וואס ער האט זיך בדווקא נישט געוואלט טרעפן מיט'ן ירושלימ'ער רב שליט"א און מיט די חברי הבד"ץ און מיט די אלע מנהיגי הקהילות הקודש. און זייער תירוץ אז "פשוט ווייל ער האט זיך קאנצעטרירט בלויז אויף בני ברק" קלעבט זיך זייער שווער אויפ'ן שכל פון א נארמאלער מענטש (א חוץ אן ארוני, וואס גלייבט דאס היות ער איז א חסיד), די געפילן לאזן נישט משלים זיין מיט'ן מציאות אז א "סאטמאר'ער רבי" איז געקומען אין ארץ ישראל און ער האט נישט באזוכט דעם ירושלימ'ער רב שליט"א, פשוט ווייל ער איז געווען אין בני ברק!. אזוי ווי דער ברך משה וואלט געקומען קיין ארץ ישראל (און לאמיר זאגן אפי' ער וואלט געקומען יעדעס יאר) און זיך נישט געטראפן מיט'ן מנחת יצחק און מיט הרמ"א פריינד, פשוט ווייל ער איז געווען נאר אין בני ברק... וואס זאל מען טון אז עס קויפט זיך נישט אפ.

און אפשר זאגט איר מיר וואס איז פשט אז דער ר' אהרן האט נישט געקענט משלים זיין אז נאך איין לינקער רבי האט ער נאכנישט באזוכט, דער סערט-וויז'ניצער רבי פון חיפה, און לכבוד דעם איז ער געפארן קיין חיפה (כאטש ער האט זיך קאנצעטרירט נאר אויף בני ברק) פשוט ווייל עס איז אונטערוועגנס קיין מירון! און דער "נימוס" זאגט אזוי אז ווען מ'איז נאענט צו א צדיק מיט קנאפע פופצן מינוט דארף מען אריינגיין אויף א באזוך, נישט ווייל מ'וויל אים/זיך מחזק זיין, פשוט וועגן נימוס! און וואו איז נעלם געווארן דער נימוס ווען ער איז געווען אין טעלז סטון צו באזוכן דעם בעלזער, וואס דאס איז ווייט פון ירושלימ'ער רב'ס שטוב מיט פינף-צען מינוט, נאך א קלענערע אומוועג פון צו פארן קיין חיפה, און ער איז נישט געגאנגען אים באזוכן. (איי וועסטו זאגן אז אין ירושלים וואוינען נאך רבנים, און ער קען נישט אנהייבן מיט באזוכן'ס, דעמאלט וויל איך דיר מודיע זיין אז אין חיפה וואוינען אויך נאך רבנים, האדמורי"ם משאץ –וויז'ניץ, נדבורנא חיפה, ועוד. און אויב דא פארשטייט ער אז דער סערט'ער צוליב זיין גרויסן פערזענליכקייט איז אנדערש ווי די אנדערע, קען מען נאך אויך פארשטיין אז להבדיל דער ירושלימ'ער רב איז אויך אנדערש ווי אנדערע רבנים. און דאס איז אלעס לדבריך לויט א קאפ פון א ארוני - א חסיד וואס קויפט נארמאל אפ יעדע תירוץ צו פארגלעטן זיין רבי'ן. אבער ביי יעדן נארמאלער מענטש איז קושיא מעיקרא ליתא).
און דאס עצם פאקט אז ער איז געגאנגען מרצונו הטוב באזוכן דעם סערט'ער איז א שפיז אין די העדה החרדית און אין די יהדות החרדית, ווי באקאנט איז סערט וויז'ניץ פון די ערשטע וואס האבן אנגעהויבן צו לערנען תוכנית הליב"ה רח"ל, און אין די לעצטע פאר חדשים האט די העדה החרדית געפירט א שווערע מערכה מיט זיי, זיי האבן קודם אראפגעשיקט א משלחת צום רבי'ן אליין און אים אויפקלערן דעם חומר הדבר אז מיט דעם ברענגט מען אריין פשוט שמד אין כלל ישראל, און ער פייפט זיי אן. די עסקנים וואס ארבעטן אין דעם געביט להצלת חינוך הטהור ווייסן אז מיט דעם וואס סערט וויז'ניץ האבן אנגעהויבן צו לערנען ליב"ה איז דאס די גרעסטע אסון פון כלל ישראל, און פאר אים האט דער "סאטמארער רבי ממשיך דרכו של רבוה"ק זי"ע" געזען פאר וויכטיג אריינצופארן קיין חיפה אפשטאטן א באזוך, וואס דורך אזעלכע חיזוק ברעכט מען פשוט אונטער די מערכה וואס די ערליכע אידן אין א"י פירן להצלת הדור מכליון רוחני.

און בכלל איז דאס נישט קיין סוד, אז עס איז געווען אן ערנסטע נושא ביי די יועצים פון ר' אהרן ווי אזוי מ'וועט אפווישן אויך די פלעק אז די גאס רעדט אז ר' אהרן וויל נישט באזוכן דעם ירושלימ'ער רב, עס וועט דאך קענען שאדן פאר אפאר ארונים וואס וועלן דאס נישט אזוי גרינג אראפשלונגען (זעט אויס אז נישט יעדער איז 'לאנצוט' און 'רב הסוער'), מילא האבן זיי פרובירט איבערצודרייען וועלטן אז אחרי ככלות הכל, נאך די אלע שלום'ס וואס ער האט געמאכט מיט די לינקע רבנים, זאל ער אויך שלום מאכן מיט'ן ירושלימ'ער רב שליט"א, און די יועצים זיינע האבן געארבעט אומערמידליך אים מסביר צו זיין מיט אלע סארט הסברים אז מ'טאר נישט אוועקפארן פון ארץ ישראל אנדעם וואס מ'וועט זיך טרעפן מיט'ן ירושלימ'ער רב, אנדערש וועט ארויסקומען א שווערע מיאוס'ע פייט, און כאטש וואס אליבא דאמת דארף מען אים נישט באזוכן ווייל "מ'קאנצעטרירט זיך נאר אויף בני ברק" מיט-דעם-אלעם וויבאלד עס איז ארויסגעקומען א שטונק אויף די גאס אז ס'הערשט א מחלוקת צווישן ירושלי'מער רב מיט ר' אהרן מילא מוז מען ווייזן פאר די גאס א פיקטשער ווי ר' אהרן לאכט צום ירושלימ'ער רב און מיט דעם וועט מען אלעס פארווישן, מ'האט פרובירט מיט אלע מיטלען, אפי' מיט'ן אפשטופן א טאג די נסיעה דערוועגן, אבער והוא באחד ומי ישיבנו: "איך וויל זיך נישט טרעפן מיט אים, איך קען אים נישט קוקן אין פנים"... (דאס זאגט ער אויך פאר יעדן בחור'ל וואס רעדט מיט אים דערוועגן, נישט פון היינט, נאר זייט די עבירה אז ער איז אריינגעגאנגען אין סאסמאן שול רח"ל). אבער אזוי פיל ווייסן נישט זיינע יועצים אז דער ירושלימ'ער רב גופא איז נאך צען מאל שארפער געווען זיך צו טרעפן מיט ר' אהרן, דער ירושלימ'ער רב איז ב"ה נישט קיין נער און ער פארשטייט גאנץ גוט אז דאס אלעס וואס זיי ווילן א באזוך איז נאר אראפצונעמען אויך די ביסל אומאגענעמקייט און זיך פילן באקוועם אויך ביים ציבור אויסער בעלזא מיט סערט, מילא האלט ער נישט ביים זיין זייער שטעקן.

און דער ירושלימ'ער רב האט געזאגט פאר זיין איידעם הרב משה הערש לעבאוויטש, אז אוודאי אויב זיי וועלן זיך מעלדן אז ער וויל אים באזוכן וועט ער נישט קענען אפזאגן און נישט אריינלאזן, אבער ער וועט אים זאגן וואס ער האט צו זאגן... און ווער עס האט געכאפט א שמועס מיט'ן ירושלימ'ער רב די לעטצע פאר טאג און האט געזען ווי עס האט געברענט אין אים דער הורס חומת ההתבדלות קען זיך אליין פארשטעלן וואס ער האט אים געהאט צו זאגן...
און כאפט יעצט א שמועס מיט יעדן חבר הבד"ץ פון דע העדה החרדית, מיט יעדן מנהיג ישראל פון די פרומע קרייזן, איבער דעם ארויסשטעל פון דעם ר' אהרן'ען אקעגן די יהדות החרדית, און ווערט געוואויר מי לה' ומי לבעל. ענק האבן א מזל אז נאר איין חבר הבד"ץ (הגר"י ראזענבערגער) האט געהאט די וואך די מייקרעפאן אין זיין האנט במעמד אלופי אלפי ישראל און האט באוויינט דעם חורבן לדורות " אידן וואס פאררופן זיך מנהיגי ישראל קומען דא צוברעכן די חומת ההתבדלות" (כלשונו).

און "מערכת העדה" די שופר פון די העדה החרדית האט טאקע אזוי געשלאסן די באזוך, וואס יעדער זעט דערין אז די העדה פארעפנטליך א מלחמת חרמה מיט ר' אהרן להוקיע אותו ממחנה היהדות החרדית. נאך אזא מלכות'דיגן באזוך פון א "סאטמאר'ער רבי" האבן זיי כמעט נישט געדעקט דעם באזוך, זיי האבן נישט אריינגעשטעלט קיין איין איינציגן בילד פונעם באזוך, נאך דערצו האבן זיי די וואך אריינגעלייגט א "סקר נרחב" פון די באזוך פון מרן ראב"ד סאטמאר שליט"א בארה"ק בייגעלייגט מיט בילדער פון זיין באזוך ביים ירושלימ'ער רב שליט"א און ביי די מוסדות החינוך עטה"ק סאטמאר, רמ"א, עטרת יהושע, ועוד. און ועל כולם, האבן זיי די וואך געפינען פאר פאסיג אריינצושטעלן א גרויסע נייעס מיט'ן קעפל "כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בדרשה חוצבת להבות אש לימין היהדות הנאמנה בארה"ק. במעמד אדיר לטובת מוסדות סאטמאר ב"פ הביע את תמיכתו ואת אהדתו לימין היראים בארץ ישראל אשר לא כרעו לבעל, ולימינו עוז של רבינו הגדול כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א העומד בראש המערכה". און נאך דעם שרייענדיגן קעפל ברענגען זיי אראפ די אינהאלט פון די דברות קודש פון רבינו שליט"א איבער די רדיפת הדת אין ארץ ישראל, וואס זיינע דברי חיזוק (וואס ער לאזט דאס כסדר הערן ביי יעדע געלעגנהייט) איז די גרעסטע חיזוק פאר די יראי ה' אין ארה"ק, זיי ברענגען אראפ וואס דער רבי האט דערמאנט אין די דרשה איבערדעם וואס די ציונים שר"י ווילן משתיק זיין די קול מחאה פון דעם יהדות החרדית דורכ'ן איינזעצן אידן אין טורמע, אנגעהויבן מיט'ן גבאי'ן פון ירושלימ'ער רב, און אצינד הר"ר שמואל לובעצקי וועלכער שטיצט הונדערטער יונגעלייט מיט זיינע כוללים על טהרת הקודש. און די 'העדה' שליסן זייערע ווערטער דאינה משתמעת לתרי אנפין:
כ"ק האדמו"ר שליט"א הקשור בעבותות ידידות ועומד כל העת לימין מרן הגאב"ד שליט"א זועק מנהמת לבבו: "לא ננוח ולא נשקוט נגד רשעי עמנו החפצים לבצע זממם היל"ת, כולנו נעמוד לימינו עוז של מרן גאב"ד ירושלים שליט"א ולימין כלל היראים בארה"ק, גולת אריאל תעשה כל טצדקי לתמוך ולסייע בידי ראשי מערכות ישראל בארה"ק, ותכריז ברמה כי לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים".

קאמענטארן דערויף זענען גענצליך איבריג! מ'דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צו פארשטיין און ארויסהאבן פון די ארטיקלען וואס איז די באשליסונג פון די העדה החרדית. און בידעי ומכירי קאמינא, די מערכת העדה זענען אריבערגעגאנגען דעם דינסטאג א שווערע טאג פון טעראר מצד די ארונים אז זיי זאלן דעקן דעם באזוך אזוי ווי עס פאסט זיך פאר א סאטמאר'ער רבי, און זיי האבן געקענט באשטיין דערצו ווייל זיי האבן נישט קיין שום מיינונג אין די סאטמאר'ער פאליטיק, און צו וואס פעלט זיי אויס סתם קאפ-וויי און פרעשור, און זיי האבן געהאט צוגעגרייט א ארטיקל (וואס א טייל דערפון האבן זיי טאקע אריינגעלייגט לערבב השטן) און צוויי גאנצע עמודים פאר בילדער פונעם גאנצן באזוך, אבער די הנהלת העדה האבן דאס אפגעשטעלט למען כבודו של מרן הגאב"ד שליט"א ולמען כבודו של העדה החרדית. יא! צו אויסרופן פאר די וועלט מיר האבן נישט קיין מורא פון זיי! מיר זענען זיך אינגאנצן מתבדל פון זיי! הבדלו מתוך העדה הזאת!

די מרנן ורבנן שרי התורה חברי הבד"ץ שליט"א האבן אויך די זעלבע אויסגערופן בריש גלי, ביים מעמד "יובל השישים" צוזאמען מיט די צענטראלע "שבע ברכות" וואס זיי האבן פערזענליך געלאדנט אלע רבנים פון די העדה החרדית - אגב צו די גרויסע חתונה אין פתח תקוה האבן זיי געלאדנט אלע רבנים פון די העדה, אויסער זייערע צוויי בלוטיגע שונאים דעם ירושלימ'ער רב שליט"א מיט הגאון ר' אברהם יצחק אוללמאן שליט"א ווייל זיי זענען שוין געווען אקעגן זיי נאך איידער עס איז נתגלה קלונו געווען ביים יעצטיגן באזוך, און פארשטייט זיך אז אויף אזא אופן איז קיינער פון די רבנים נישט געקומען אויסער הרב פרענקל צוליב די דין תורה פון סאטמאר בני ברק, וואו הרב פרענקל איז דער שליש. און דא רעדט מען נישט פון קיין כ"א כסליו סעודה מ'רעדט פון א חתונה – און היות זיי זענען נישט געקומען צו די חתונה האבן זיי געבעטן אז כאטש צו די צענטראלע שבע ברכות וואס איז צוזאמען מיט א מעמד יובל השישים וואס מ'גרייט זיך שוין א האלבע יאר דערויף זאלן זיי קומען. און אלע רבנים האבן זיי געענטפערט קלאר און דייטלעך: כל זמן דער "זיידע" פון דעם חתן ר' אהרן זיצט דארט קענען מיר נישט גיין דארט, אויסער אז ער וועט "שלום מאכן" מיט די העדה החרדית און מיט'ן ירושלימ'ער רב שליט"א... שלום מוז מען נישט מאכן נאר מיט בעלזא ווייל זיי זענען לינקע, מ'מעג אויך שלום מאכן מיט די העדה החרדית. [די חברי הבד"ץ ענטפערן דאס פאר יעדן, רוף זיי אן און הער וואס זיי זאגן].
נאך איין קליין פרט וואס איך האב דא געוואלט מוחה זיין אקעגן די וואס טענה'ן אז א "סאטמאר'ער רבי" קומט קיין ארץ ישראל און ער באזוכט נישט די מוסדות התורה, אזוי ווי רבוה"ק פלעגן טון, וואס דאס איז געווען די מטרה פונעם באזוך צו מחזק זיין די מוסדות התורה. האב איך געוואלט מוחה זיין אז דאס איז נישט אמת, עס איז שקר וכזב: ר' אהרן איז יא געגאנגען באזוכן און מחזק זיין די תלמוד תורה פון זיין שוואגער ר' מענדל האגער!. איי אין בני ברק איז דאך דא עטליכע תלמודי תורה'ס "על טהרת הקודש", ווי צ.ב.ש. דושינסקיא, בוהוש, מוסדות דרבינו יואל לבני הספרדים, ת"ת תשב"ר, און נאך ת"ת, קען מען אפשר מיישב זיין אז ער האט נישט געוואלט "אנהייבן" צו באזוכן די רעכטע תלמודי תורה'ס ווייל אז ער וועט אנהייבן מיט איינעם וועט ער מוזן גיין צו יעדן... אבי מ'האט טענות אויף אים.

ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!. מצד אחד איז דאס טאקע א ווייטאג אז א עדה בישראל זענען יעצט ענדגילטיג אויסגעשלאסן געווארן פונעם יהדות החרדית. אבער מדה טובה מרובה אז פון יעצט און ווייטער וועלן די ערליכע אידן בארץ ובגולה קענען פריי אפאטעמען וואוסנדיג אז מיר האבן מער נישט קיין שייכות מיט זיי! זיי זענען ביי אונזערע אויגן פונקט ווי גור מיט סערט וויז'ניץ! והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת...

 יא! מיר שעמען זיך נישט כאטשיג די ארונים רופן אונז אן סיקריקים, מיר שעמען זיך נישט כאטשיג זיי באטיטלען אונזער ירושלימ'ער רב "ראש ישיבת פאר התורה" רח"ל, אונז גיימיר ווייטער בדרך רבותינו הק' והנמשכת ע"י מרן רבינו שליט"א און "כולנו נעמוד לימינו עוז של מרן גאב"ד ירושלים שליט"א ולימין כלל היראים בארה"ק".