יום חמישי, 16 בפברואר 2012

באזוך פון אהרוני ביים בעלזער נקמה אין הרב טוביה ווייס גאב"ד פון די 'עדה החרדית'

יעצט נאך דעם באזוך האבן די אהרונים ארויסגעגעבן זייער גירסה פארוואס דער אהרוני איז געגאנגען צום בעלזער וואס ער וואלט בשום אויפן נישט געטאן אויב ער וואלט געלעבט בשלום מיט הרב ווייס'ן

צווישן דעם אהרוני מיט הרב ווייס'ן איז שוין א לאנגע צייט מחלוקת איבער די שול פון די זאלונים אין קרית יואל. דער אהרוני האט געפאדערט פון הרב ווייס ער זאל שרייבן א בריוו אז דער אהרוני איז דער מרא דאתרא און קיינער קען קיין שול נישט עפענען אן זיין רשות. הרב ווייס האט נישט געוואלט געבן קיין בריוו זאגענדיג אז ער מישט זיך נישט אין די פאליטיק פון סאטמאר

צודערצו האט געהאט הרב ווייס נאך א גוטן הסבר, אז ער איז רב פון ירושלים און נישט פון קרית יואל, אדער אמעריקע, און בעסער ער זאל זיך ווענדן צו רבנים אין אמעריקע

שוין א לאנגע צייט וואס דער אהרוני גייט ארום מיט א פולע הארץ קעגן הרב ווייס אבער געשפילט די פאליטיק אזוי ווי עס איז גארנישט געשען ביז מיט א צייט צוריק ווען הרב ווייס איז געווען אין אמעריקע און געדאווענט אין די שול פון די זאלונים אין קרית יואל. דאס איז געווען א מעסער אין הארצן פון דעם אהרוני וואס האט באשלאסן אז ער נעמט זיך גלייך צו דער נקמה

ער האט זיך געוואנדן צום בעזלער געזאגט קום שלום מאכן, געוואלט מיט דעם שלאגן צוריק הרב ווייס'ן וואס איז גאב"ד פון די 'עדה החרדית' וואס לעבט אין מחלוקת מיט די בעזלער וואס האבן אן אייגענעם בית דין און אן אייגענע שחיטה וואס לויט די 'עדה החרדית' האבן נאר זיי דעם מאנאפאל אויף די צוויי ענינים