יום רביעי, 29 בפברואר 2012

פארוואס האט ר' חיים קאניעווסקי נישט געוואלט אויפנעמען דעם אהרוני?

ביי וועמען ער איז געווען האט ער זיך באהאלטן, און ווער עס האט אים נישט איריינגעלאזן דערציילט ער נישט. ער איז געווען דא אין א גרויסער פלאנטער, ווייל עס ווייזט זיך ווידער אויף, אז וואס ער זאגט מיינט ער נישט, און וואס ער מיינט זאגט ער נישט, און קומט און הערט א מעשה

דער אהרוני נאך פריער האט געוואלט גיין צו ר' חיים קאניעווסקי אזוי אויך דאס מאל, אבער די פראגע וואס ר' חיים האט געפרעגט צו ער וועט גיין אויך צו הרב שטיינמאן. און ווען ד ער אהרוני האט געזאגט ניין, האט געשיקט ר' חיים אים זאגן ער זאל נישט קומען ער וויל אים נישט זעהן

דא האט זיך געשטעלט א  שווערע פראגע וואס מען האט געפרעגט דעם אהרוני. און דאס איז ממה נפשך. אויב ער גייט צו רבנים וואס האלטן מיט אן אנדער שיטה איז נאר צוליב נימוס, מיט וואס איז ערגער הרב שטיינמאן פון דעם בעלזער. צו דען איז ער מסכים מיט די שיטה פון דעם בעלזער? קלאר נישט, ער האט דאס קלאר מגלה דעת געווען. פארוואס זשע האט ער נישט געקענט גיין צו הרב שטיינמאן מיט דעם זעלבן נימוק, און אזוי אויך קענען אריינגיין צו ר' חיים קאניעווסקי

דער תירוץ איז, אז ער האט מורא פון די קנאים, נישט געוואלט פאשקעווילן. וועט איר פרעגן, נו, און וואס איז מיט דעם בעלזער. דער תירוץ איז, אז דא האט ער מורא געהאט פאר זיין ווייב און קיין ברירה נישט געהאט, פאר שלום בית טוט מען אויך וואס עס פאסט נישט פאר די קנאים

יום שישי, 24 בפברואר 2012

ווי קוקט די 'עדה החרדית' אויף דעם אהרוני'ס באזוך אין ארץ ישראל?

"העדה החרדית" באשליסן צו מוקיע זיין ר' אהרן ממחנה היהדות החרדית!

עס איז נישט קיין סוד פאר קיינעם אז די יעצטיגע באזוך פון ר' אהרן אין ארץ ישראל האט זיך געשלאסן מיט א פייערדיגע מערכה און התבדלות צווישן ר' אהרן מיט די העדה החרדית און בפרט מיט'ן ירושלימ'ער רב שליט"א.


הסברים זענען איבריג ווי אזוי און צוליב וואס דאס איז צושטאנד געקומען, יעדער איינער אפי' א חדר-אינגל האט ארויסגענומען פון דעם באזוך פון ר' אהרן א קלארע ציל צו אויסשרייען קבל עם ומלואה: סאטמאר זענען מער נישט קיין קיצונים, סיקריקים. מיר דארפן מער נישט די העדה החרדית; מיר דארפן מער נישט די פרומע קרייזן; עס איז א בושה פאר אונז אז סאטמאר גייט אריין אין די קאטעגאריע פון די העדה החרדית, נטורי קרתא, סאטמאר מהרי"י, תולדות אהרן, דושינסקיא, שומרי החומות, ברסלב, משכנות הרועים, קהל חסידי ירושלים, פרושים, תפארת ירושלים, וכו' וכו', עס איז א בושה פאר אונז צו נכלל ווערן און אזעלכע קליינע און פארנאטישע פארטייען, עס איז אונז אסאך א גרעסערע כבוד צו זיין אין די קאטעגאריע פון די באמבעדיגע חסידות'ן: גור, בעלזא, וויז'ניץ, סערט, באיאן, וכו' וכו'.  

פארשטייט זיך אז די שערי תירוצים לא ננעלו, און מ'וועט אנהייבן צו ענטפערן, אז בעצם איז ער יא א רעכטער, נאר דאס וואס ער האט באזוכט נאר די לינקע רבנים איז פשוט ווייל ער האט "זיך קאנצעטרירט נאר אויף בני ברק", פשוט וועגן "נימוס", (אדער אפווענדן דאס אלעס, ווייל ער איז דאך געגאנגען באזוכן אויך הרב וואזנער) וכו' וכו'. אמת, תירוצים וועט אלעמאל זיין, אבער דער פאקט וועט מען קיינמאל נישט קענען טוישן, יעדער קנאי, חילוני, בינוני, האט אונטערשטע שורה ארויסגעהאט פון דעם באזוך שווארץ אויף ווייס: "מיר האבן געטוישט א מהלך". פאר די אידן פון חו"ל איז דאס בכלל נישט געווען קיין נייעס, אבער די ארץ ישראל'דיגע אידן האבן דאס צום ערשטן מאל איינגעזען אזוי אפן און קלאר.

אצינד, די העדה החרדית האבן באקומען מער א פערזענליכע "מעסעדזש" פון ר' אהרן אז ער וויל זיך מוציא זיין מן הכלל, דורכדעם וואס ער האט זיך בדווקא נישט געוואלט טרעפן מיט'ן ירושלימ'ער רב שליט"א און מיט די חברי הבד"ץ און מיט די אלע מנהיגי הקהילות הקודש. און זייער תירוץ אז "פשוט ווייל ער האט זיך קאנצעטרירט בלויז אויף בני ברק" קלעבט זיך זייער שווער אויפ'ן שכל פון א נארמאלער מענטש (א חוץ אן ארוני, וואס גלייבט דאס היות ער איז א חסיד), די געפילן לאזן נישט משלים זיין מיט'ן מציאות אז א "סאטמאר'ער רבי" איז געקומען אין ארץ ישראל און ער האט נישט באזוכט דעם ירושלימ'ער רב שליט"א, פשוט ווייל ער איז געווען אין בני ברק!. אזוי ווי דער ברך משה וואלט געקומען קיין ארץ ישראל (און לאמיר זאגן אפי' ער וואלט געקומען יעדעס יאר) און זיך נישט געטראפן מיט'ן מנחת יצחק און מיט הרמ"א פריינד, פשוט ווייל ער איז געווען נאר אין בני ברק... וואס זאל מען טון אז עס קויפט זיך נישט אפ.

און אפשר זאגט איר מיר וואס איז פשט אז דער ר' אהרן האט נישט געקענט משלים זיין אז נאך איין לינקער רבי האט ער נאכנישט באזוכט, דער סערט-וויז'ניצער רבי פון חיפה, און לכבוד דעם איז ער געפארן קיין חיפה (כאטש ער האט זיך קאנצעטרירט נאר אויף בני ברק) פשוט ווייל עס איז אונטערוועגנס קיין מירון! און דער "נימוס" זאגט אזוי אז ווען מ'איז נאענט צו א צדיק מיט קנאפע פופצן מינוט דארף מען אריינגיין אויף א באזוך, נישט ווייל מ'וויל אים/זיך מחזק זיין, פשוט וועגן נימוס! און וואו איז נעלם געווארן דער נימוס ווען ער איז געווען אין טעלז סטון צו באזוכן דעם בעלזער, וואס דאס איז ווייט פון ירושלימ'ער רב'ס שטוב מיט פינף-צען מינוט, נאך א קלענערע אומוועג פון צו פארן קיין חיפה, און ער איז נישט געגאנגען אים באזוכן. (איי וועסטו זאגן אז אין ירושלים וואוינען נאך רבנים, און ער קען נישט אנהייבן מיט באזוכן'ס, דעמאלט וויל איך דיר מודיע זיין אז אין חיפה וואוינען אויך נאך רבנים, האדמורי"ם משאץ –וויז'ניץ, נדבורנא חיפה, ועוד. און אויב דא פארשטייט ער אז דער סערט'ער צוליב זיין גרויסן פערזענליכקייט איז אנדערש ווי די אנדערע, קען מען נאך אויך פארשטיין אז להבדיל דער ירושלימ'ער רב איז אויך אנדערש ווי אנדערע רבנים. און דאס איז אלעס לדבריך לויט א קאפ פון א ארוני - א חסיד וואס קויפט נארמאל אפ יעדע תירוץ צו פארגלעטן זיין רבי'ן. אבער ביי יעדן נארמאלער מענטש איז קושיא מעיקרא ליתא).
און דאס עצם פאקט אז ער איז געגאנגען מרצונו הטוב באזוכן דעם סערט'ער איז א שפיז אין די העדה החרדית און אין די יהדות החרדית, ווי באקאנט איז סערט וויז'ניץ פון די ערשטע וואס האבן אנגעהויבן צו לערנען תוכנית הליב"ה רח"ל, און אין די לעצטע פאר חדשים האט די העדה החרדית געפירט א שווערע מערכה מיט זיי, זיי האבן קודם אראפגעשיקט א משלחת צום רבי'ן אליין און אים אויפקלערן דעם חומר הדבר אז מיט דעם ברענגט מען אריין פשוט שמד אין כלל ישראל, און ער פייפט זיי אן. די עסקנים וואס ארבעטן אין דעם געביט להצלת חינוך הטהור ווייסן אז מיט דעם וואס סערט וויז'ניץ האבן אנגעהויבן צו לערנען ליב"ה איז דאס די גרעסטע אסון פון כלל ישראל, און פאר אים האט דער "סאטמארער רבי ממשיך דרכו של רבוה"ק זי"ע" געזען פאר וויכטיג אריינצופארן קיין חיפה אפשטאטן א באזוך, וואס דורך אזעלכע חיזוק ברעכט מען פשוט אונטער די מערכה וואס די ערליכע אידן אין א"י פירן להצלת הדור מכליון רוחני.

און בכלל איז דאס נישט קיין סוד, אז עס איז געווען אן ערנסטע נושא ביי די יועצים פון ר' אהרן ווי אזוי מ'וועט אפווישן אויך די פלעק אז די גאס רעדט אז ר' אהרן וויל נישט באזוכן דעם ירושלימ'ער רב, עס וועט דאך קענען שאדן פאר אפאר ארונים וואס וועלן דאס נישט אזוי גרינג אראפשלונגען (זעט אויס אז נישט יעדער איז 'לאנצוט' און 'רב הסוער'), מילא האבן זיי פרובירט איבערצודרייען וועלטן אז אחרי ככלות הכל, נאך די אלע שלום'ס וואס ער האט געמאכט מיט די לינקע רבנים, זאל ער אויך שלום מאכן מיט'ן ירושלימ'ער רב שליט"א, און די יועצים זיינע האבן געארבעט אומערמידליך אים מסביר צו זיין מיט אלע סארט הסברים אז מ'טאר נישט אוועקפארן פון ארץ ישראל אנדעם וואס מ'וועט זיך טרעפן מיט'ן ירושלימ'ער רב, אנדערש וועט ארויסקומען א שווערע מיאוס'ע פייט, און כאטש וואס אליבא דאמת דארף מען אים נישט באזוכן ווייל "מ'קאנצעטרירט זיך נאר אויף בני ברק" מיט-דעם-אלעם וויבאלד עס איז ארויסגעקומען א שטונק אויף די גאס אז ס'הערשט א מחלוקת צווישן ירושלי'מער רב מיט ר' אהרן מילא מוז מען ווייזן פאר די גאס א פיקטשער ווי ר' אהרן לאכט צום ירושלימ'ער רב און מיט דעם וועט מען אלעס פארווישן, מ'האט פרובירט מיט אלע מיטלען, אפי' מיט'ן אפשטופן א טאג די נסיעה דערוועגן, אבער והוא באחד ומי ישיבנו: "איך וויל זיך נישט טרעפן מיט אים, איך קען אים נישט קוקן אין פנים"... (דאס זאגט ער אויך פאר יעדן בחור'ל וואס רעדט מיט אים דערוועגן, נישט פון היינט, נאר זייט די עבירה אז ער איז אריינגעגאנגען אין סאסמאן שול רח"ל). אבער אזוי פיל ווייסן נישט זיינע יועצים אז דער ירושלימ'ער רב גופא איז נאך צען מאל שארפער געווען זיך צו טרעפן מיט ר' אהרן, דער ירושלימ'ער רב איז ב"ה נישט קיין נער און ער פארשטייט גאנץ גוט אז דאס אלעס וואס זיי ווילן א באזוך איז נאר אראפצונעמען אויך די ביסל אומאגענעמקייט און זיך פילן באקוועם אויך ביים ציבור אויסער בעלזא מיט סערט, מילא האלט ער נישט ביים זיין זייער שטעקן.

און דער ירושלימ'ער רב האט געזאגט פאר זיין איידעם הרב משה הערש לעבאוויטש, אז אוודאי אויב זיי וועלן זיך מעלדן אז ער וויל אים באזוכן וועט ער נישט קענען אפזאגן און נישט אריינלאזן, אבער ער וועט אים זאגן וואס ער האט צו זאגן... און ווער עס האט געכאפט א שמועס מיט'ן ירושלימ'ער רב די לעטצע פאר טאג און האט געזען ווי עס האט געברענט אין אים דער הורס חומת ההתבדלות קען זיך אליין פארשטעלן וואס ער האט אים געהאט צו זאגן...
און כאפט יעצט א שמועס מיט יעדן חבר הבד"ץ פון דע העדה החרדית, מיט יעדן מנהיג ישראל פון די פרומע קרייזן, איבער דעם ארויסשטעל פון דעם ר' אהרן'ען אקעגן די יהדות החרדית, און ווערט געוואויר מי לה' ומי לבעל. ענק האבן א מזל אז נאר איין חבר הבד"ץ (הגר"י ראזענבערגער) האט געהאט די וואך די מייקרעפאן אין זיין האנט במעמד אלופי אלפי ישראל און האט באוויינט דעם חורבן לדורות " אידן וואס פאררופן זיך מנהיגי ישראל קומען דא צוברעכן די חומת ההתבדלות" (כלשונו).

און "מערכת העדה" די שופר פון די העדה החרדית האט טאקע אזוי געשלאסן די באזוך, וואס יעדער זעט דערין אז די העדה פארעפנטליך א מלחמת חרמה מיט ר' אהרן להוקיע אותו ממחנה היהדות החרדית. נאך אזא מלכות'דיגן באזוך פון א "סאטמאר'ער רבי" האבן זיי כמעט נישט געדעקט דעם באזוך, זיי האבן נישט אריינגעשטעלט קיין איין איינציגן בילד פונעם באזוך, נאך דערצו האבן זיי די וואך אריינגעלייגט א "סקר נרחב" פון די באזוך פון מרן ראב"ד סאטמאר שליט"א בארה"ק בייגעלייגט מיט בילדער פון זיין באזוך ביים ירושלימ'ער רב שליט"א און ביי די מוסדות החינוך עטה"ק סאטמאר, רמ"א, עטרת יהושע, ועוד. און ועל כולם, האבן זיי די וואך געפינען פאר פאסיג אריינצושטעלן א גרויסע נייעס מיט'ן קעפל "כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בדרשה חוצבת להבות אש לימין היהדות הנאמנה בארה"ק. במעמד אדיר לטובת מוסדות סאטמאר ב"פ הביע את תמיכתו ואת אהדתו לימין היראים בארץ ישראל אשר לא כרעו לבעל, ולימינו עוז של רבינו הגדול כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א העומד בראש המערכה". און נאך דעם שרייענדיגן קעפל ברענגען זיי אראפ די אינהאלט פון די דברות קודש פון רבינו שליט"א איבער די רדיפת הדת אין ארץ ישראל, וואס זיינע דברי חיזוק (וואס ער לאזט דאס כסדר הערן ביי יעדע געלעגנהייט) איז די גרעסטע חיזוק פאר די יראי ה' אין ארה"ק, זיי ברענגען אראפ וואס דער רבי האט דערמאנט אין די דרשה איבערדעם וואס די ציונים שר"י ווילן משתיק זיין די קול מחאה פון דעם יהדות החרדית דורכ'ן איינזעצן אידן אין טורמע, אנגעהויבן מיט'ן גבאי'ן פון ירושלימ'ער רב, און אצינד הר"ר שמואל לובעצקי וועלכער שטיצט הונדערטער יונגעלייט מיט זיינע כוללים על טהרת הקודש. און די 'העדה' שליסן זייערע ווערטער דאינה משתמעת לתרי אנפין:
כ"ק האדמו"ר שליט"א הקשור בעבותות ידידות ועומד כל העת לימין מרן הגאב"ד שליט"א זועק מנהמת לבבו: "לא ננוח ולא נשקוט נגד רשעי עמנו החפצים לבצע זממם היל"ת, כולנו נעמוד לימינו עוז של מרן גאב"ד ירושלים שליט"א ולימין כלל היראים בארה"ק, גולת אריאל תעשה כל טצדקי לתמוך ולסייע בידי ראשי מערכות ישראל בארה"ק, ותכריז ברמה כי לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים".

קאמענטארן דערויף זענען גענצליך איבריג! מ'דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צו פארשטיין און ארויסהאבן פון די ארטיקלען וואס איז די באשליסונג פון די העדה החרדית. און בידעי ומכירי קאמינא, די מערכת העדה זענען אריבערגעגאנגען דעם דינסטאג א שווערע טאג פון טעראר מצד די ארונים אז זיי זאלן דעקן דעם באזוך אזוי ווי עס פאסט זיך פאר א סאטמאר'ער רבי, און זיי האבן געקענט באשטיין דערצו ווייל זיי האבן נישט קיין שום מיינונג אין די סאטמאר'ער פאליטיק, און צו וואס פעלט זיי אויס סתם קאפ-וויי און פרעשור, און זיי האבן געהאט צוגעגרייט א ארטיקל (וואס א טייל דערפון האבן זיי טאקע אריינגעלייגט לערבב השטן) און צוויי גאנצע עמודים פאר בילדער פונעם גאנצן באזוך, אבער די הנהלת העדה האבן דאס אפגעשטעלט למען כבודו של מרן הגאב"ד שליט"א ולמען כבודו של העדה החרדית. יא! צו אויסרופן פאר די וועלט מיר האבן נישט קיין מורא פון זיי! מיר זענען זיך אינגאנצן מתבדל פון זיי! הבדלו מתוך העדה הזאת!

די מרנן ורבנן שרי התורה חברי הבד"ץ שליט"א האבן אויך די זעלבע אויסגערופן בריש גלי, ביים מעמד "יובל השישים" צוזאמען מיט די צענטראלע "שבע ברכות" וואס זיי האבן פערזענליך געלאדנט אלע רבנים פון די העדה החרדית - אגב צו די גרויסע חתונה אין פתח תקוה האבן זיי געלאדנט אלע רבנים פון די העדה, אויסער זייערע צוויי בלוטיגע שונאים דעם ירושלימ'ער רב שליט"א מיט הגאון ר' אברהם יצחק אוללמאן שליט"א ווייל זיי זענען שוין געווען אקעגן זיי נאך איידער עס איז נתגלה קלונו געווען ביים יעצטיגן באזוך, און פארשטייט זיך אז אויף אזא אופן איז קיינער פון די רבנים נישט געקומען אויסער הרב פרענקל צוליב די דין תורה פון סאטמאר בני ברק, וואו הרב פרענקל איז דער שליש. און דא רעדט מען נישט פון קיין כ"א כסליו סעודה מ'רעדט פון א חתונה – און היות זיי זענען נישט געקומען צו די חתונה האבן זיי געבעטן אז כאטש צו די צענטראלע שבע ברכות וואס איז צוזאמען מיט א מעמד יובל השישים וואס מ'גרייט זיך שוין א האלבע יאר דערויף זאלן זיי קומען. און אלע רבנים האבן זיי געענטפערט קלאר און דייטלעך: כל זמן דער "זיידע" פון דעם חתן ר' אהרן זיצט דארט קענען מיר נישט גיין דארט, אויסער אז ער וועט "שלום מאכן" מיט די העדה החרדית און מיט'ן ירושלימ'ער רב שליט"א... שלום מוז מען נישט מאכן נאר מיט בעלזא ווייל זיי זענען לינקע, מ'מעג אויך שלום מאכן מיט די העדה החרדית. [די חברי הבד"ץ ענטפערן דאס פאר יעדן, רוף זיי אן און הער וואס זיי זאגן].
נאך איין קליין פרט וואס איך האב דא געוואלט מוחה זיין אקעגן די וואס טענה'ן אז א "סאטמאר'ער רבי" קומט קיין ארץ ישראל און ער באזוכט נישט די מוסדות התורה, אזוי ווי רבוה"ק פלעגן טון, וואס דאס איז געווען די מטרה פונעם באזוך צו מחזק זיין די מוסדות התורה. האב איך געוואלט מוחה זיין אז דאס איז נישט אמת, עס איז שקר וכזב: ר' אהרן איז יא געגאנגען באזוכן און מחזק זיין די תלמוד תורה פון זיין שוואגער ר' מענדל האגער!. איי אין בני ברק איז דאך דא עטליכע תלמודי תורה'ס "על טהרת הקודש", ווי צ.ב.ש. דושינסקיא, בוהוש, מוסדות דרבינו יואל לבני הספרדים, ת"ת תשב"ר, און נאך ת"ת, קען מען אפשר מיישב זיין אז ער האט נישט געוואלט "אנהייבן" צו באזוכן די רעכטע תלמודי תורה'ס ווייל אז ער וועט אנהייבן מיט איינעם וועט ער מוזן גיין צו יעדן... אבי מ'האט טענות אויף אים.

ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!. מצד אחד איז דאס טאקע א ווייטאג אז א עדה בישראל זענען יעצט ענדגילטיג אויסגעשלאסן געווארן פונעם יהדות החרדית. אבער מדה טובה מרובה אז פון יעצט און ווייטער וועלן די ערליכע אידן בארץ ובגולה קענען פריי אפאטעמען וואוסנדיג אז מיר האבן מער נישט קיין שייכות מיט זיי! זיי זענען ביי אונזערע אויגן פונקט ווי גור מיט סערט וויז'ניץ! והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת...

 יא! מיר שעמען זיך נישט כאטשיג די ארונים רופן אונז אן סיקריקים, מיר שעמען זיך נישט כאטשיג זיי באטיטלען אונזער ירושלימ'ער רב "ראש ישיבת פאר התורה" רח"ל, אונז גיימיר ווייטער בדרך רבותינו הק' והנמשכת ע"י מרן רבינו שליט"א און "כולנו נעמוד לימינו עוז של מרן גאב"ד ירושלים שליט"א ולימין כלל היראים בארה"ק".

יום שני, 20 בפברואר 2012

א בריוו פון א ירושליימער איד צו אן אהרוני


כבוד ידידי היקר והחשוב          הי"ו
איך האב געזען דיין באריכט איבער די שיינע נסיעה פון דיין רבי'ן בארה"ק. יא, אלעס פיין און וואויל, טאקע א שיינע באזוך, אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי!.... ווען דאס וואלט געווען באבוב'ער רבי אדער סקווירא וואלט איך מסכים געווען מיט דיר אז די נסיעה איז אריבער מיט די גרעסטע סוקסעס. אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי!

1.      ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, צי אין יאר תשכ"ה צי אין יאר תשנ"ד, האבן די גאנצע יהדות החרדית אין ארץ ישראל, ובעיקר אין ירושלים, מיטגעלעבט די יו"ט'דיגע טעג מיט צוויי וואכן בעפאר. משא"כ יעצט איז די ירושלימ'ער גאסן טויט, מ'איז נאר געוואויר געווארן אז ער איז געקומען קיין א"י דורך זיין פגישה מיט'ן בעלזער און דורך די פאשקעווילן וואס הענגט בחוצות ירושלים כנגדו. . – ווער האט דען גע'חלומ'ט תשנ"ד ביי די מסע המלכות פון סאטמאר'ער רבי זי"ע ווען פון יעדן ווינקל פון די ירושלימ'ער גאסן האט ארויסגעשריגן א יו"ט'דיגע שטימונג, אז ווען דער קומענדיגער סאטמאר'ער רבי וועט קומען קיין ארץ ישראל וועט קיין נפש חיה אין ירושלים נישט וויסן בכלל דערפון, און ווען נישט די פלאקאטן אין די גאסן אקעגן אים וואלט מען נאך ביז יעצט נישט געוואוסט פון דעם ביאת צדיק לעיר. איי וועסטו ענטפערן אז די באזוך פון דיין רבי'ן איז געווידמעט נאר פאר בני ברק, הא גופא קשיא! פארוואס טאקע קומט ער נישט אריין אין ירושלים?! פארוואס האבן רבוה"ק מסאטמאר נישט געדארפט האבן אזוינע תירוצים אז זיי זענען געקומען נאר אין ב"ב?!.

2.     ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  איז די מטרה געווען צו מחזק זיין די יראים ונקיי הדעת שבירושלים וואס האבן אויסצושטיין ביטערע צייטן פון די מלכות הרשעה, מחזק זיין די העדה החרדית וכו', אלע רבנים פון די העדה און פון די פרומע קהילות האבן באזוכט און ענטפאנגען דעם מנהיג העדה, אצינד ווען דער א.ג. סאטמאר'ער רבי איז געקומען קיין א"י האט ער שוין אנגעיאגט צו באזוכן אלע לינקע רבנים, גור, בעלזא, באיאן, הגר"נ קרליץ, ווי'זניץ, טשערנאביל, וכו' וכו', אבער מיט די אלע רעכטע רבנים וויל ער זיך נישט טרעפן... ניטאמאל מיט'ן "מרא דאתרא" גאב"ד קרית יואל ב"ב שליט"א וועלכער איז נתמנה געווארן דורך רביה"ק זי"ע אלס רב אין ב"ב און ער האט נאך אזוי דעם דין פון מרא דאתרא אזוי ווי דיין רבי אין קרית יואל, גייט ער נישט באזוכן...  איי וועסטו מיר ענטפערן אז דער רבי זי"ע און דער בר"מ האבן זיך אויך געטראפן מיט גור הרב שך וכו', פארשטייסטו גאנץ גוט אז נישט דאס איז געווען דער עיקר און די מטרה פון דעם באזוך, נאר נאך וואס ער האט מחזק געווען די העדה החרדית און אלע ערליכע רבנים האבן זיי אויך אריינגעווארפן א ביינדל פאר די א.ד. רבנים, און דאס איז געווען א טפל לגבי דעם עיקר, אבער באזוכן "נאר" די לינקע רבנים, און נישט די ערליכע רבנים אין א"י וואס דארפן יעצט אזוי פיל חיזוק שטייענדיג אין אזעלכע שווערע צייטן, אויף דעם דארף מען זיין א אנטיסעמיט און פיינט האבן דעם ויואל משה...


3.    ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, זענען די אלע מוסדות התורה עטה"ק ארויסגעקומען מיט ווארימע באגריסונגען לכבודם, זייענדיג דער מגן החינוך הטהור און דער עמוד התווך פון די אלע מוסדות'ן עטה"ק אין א"י. אצינד ביים יעצטיגן באזוך, איז נישטא קיין איין איינציגן צעטל אויסער שומרי החומות (...) פשוט ווייל דער רבי לאזט נישט מ'זאל הענגען צעטלען... – איך פאדער שוין נישט אז ער זאל זיין אזוי ווי די סאטמאר'ער רבי'ס, אבער לכל הפחות אזוי ווי דער סאטמאר'ער ראב"ד, וואס פילע מוסדות התורה האבן פארשטאנען ארויסצוהענגען באגריסונגען לכבודו, פילע מוסדות התורה האבן אויסגענוצט זיין באזוך לחזק ולרומם די מבצרי התורה, געטיילט שווערע געלטער פאר עטליכע מוסדות התורה עטה"ק, וכו'



4.   ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל, האבן אלע מוסדות התורה עטה"ק ארויסגעשיקט זייערע תלמידים פון די מוסדות צו ענטפאנגען דעם מגן החינוך הטהור, (און אפי' ווען סאטמאר'ער ראב"ד איז געקומען קיין א"י האבן די מוסדות'ן עטה"ק ארויסגעשיקט די קינדער און די בחורי הישיבות), און ביים יעצטיגן באזוך פון זייער "ממלא מקום וממשיך דרכם" איז מען געצווינגען צו זאגן אז דער רבי "לאזט נישט" פאר די מוסדות'ן מ'זאל ארויסשיקן זייערע קינדער, פשוט ווייל ער האט פיינט כבוד און אינטענטשן. 

די בעסטע איז יעצט פאר דיר צו נוצן די סטעייטמענט פון דיין רבי'ן: ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט... און מיט דעם ביסטו פטור אן עסק


5. ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  האבן די ערליכע אידן אין ארץ ישראל געזיגט און געפייערט א נצחון אין די לינקע פארטייען, די ערליכע אידן זענען געגאנגען מיט א קאפ ארויף און גוטמוטיג, ווידער ביים יעצטיגן באזוך וואס דער קלימאקס דערפון איז געווען די פגישה מיט'ן בעלזער, וואס דאס מיינט אריינגעשטאכן א שפיז אין די פרומע ערליכע אידן, און עמטליך אויסגערופן קבל עם ומלואה, מיר זענען נישט אזוי פארנאטיש ווי דער ויואל משה און דער ברך משה זענען געווען, נשתנו העתים וכו'. זענען די אלע ליבעראלע און לינקע פארטייען מיט א קאפ ארויף און צופרידן מיט'ן נייעם סאטמאר'ער רבי דער אוהב שלום, ווידער די יראי ה' זענען צובראכן און צושטאכן לשברי שברים אז אזוינס האט מען געקענט דערלעבן. – און כדי זיך צו שפירן געשמאק פיטערט מען ענק מיט דברי זלזול וליצנות אויף די ערליכע אידן , ווי סיקריקים וכדו', און אז נישט דאס איז געווען די שיטה פון דעם דברי יואל וכו' וכו'. לאמיר זיך נישט נארן: די "זעלבע" ערליכע אידן און רבנים וועלכע פלעגן ארויסקומען מחוזק פון די באזוכן פון די סאטמארע'ר רבי'ס, די "זעלבע" אידן זענען יעצט ארויס צעשאסן פון דעם שפיז וואס דיין רבי האט אריינגעשטאכן אין זיי. און די שינוי השמות סקריקים, קיצונים, מחריבי קרתא וכו' מאכן גארנישט אויס. דער אמת בלייבט די זעלבע.


6.   ווען די סאטמאר'ער רבי'ס פלעגן קומען קיין ארץ ישראל,  פלעגט דער גאב"ד ירושלים און די אלע רבנים פון די העדה החרדית זיך אינגאנצן מכניע זיין און מקבל מרות זיין פון רבותינו הק', משא"כ יעצט האבן מיר דערלעבט אז דער גרויסער מנהיג העדה און לוחם מלחמות ה' מרן גאב"ד ירושלים שליט"א וויל נישט קענען דעם פערזאן און לאזט הערן אויף אים שארפע ווערטער, וואס ער לאזט נישט הערן אויף קיין שום אנדערן מנהיג בישראל. און ענקערע הוגי דיעות זענען ווידעראמאל געצוואונגען – כדי צו בארואיגן ענקערע געמיטער – צו ענק פיטערן מיט דברי זלזול וליצנות אויפ'ן ירושלימ'ער רב שליט"א (אשר כזאת לא היתה מאז ישראל היתה לגוי), און עטס פילט זיך אויפ'ן זיבעטן הימל אז מ'באטיטלט אים מיט'ן טיטל ראש ישיבת "פאר התורה" און מיט דעם האט מען אים אוועקגעלייגט אויף אייביג... אזוי ווי ענק האבן אוועקגעלייגט אונזערע אלע רבנים און בנינים וכו' דורכ'ן געבן א שינוי השם. נעבעך, נעבעך..

איך זעה אז איך האב מיך אריינגעלאזט אין א זאך וואס איך וועל נישט פערטיג ווערן, סא לאמיר שליסן מיינע ווערטער, מיט דעם וואס איך האב אנגעהויבן, עס איז טאקע אריבער זייער א שיינע באזוך אבער נישט פאר סאטמאר'ער רבי... כאטש די גאנצע לינקע גאס איז שטארק צופרידן מיט דיין רבי'ן איבערדעם וואס ער האט אראפגענומען דעם אלטן פלעק פון סאטמאר, אבער יעדער פון זיי פארשטייט גאנץ גוט אז "לשיטתם" פון סאטמאר זענען די זאליס גערעכט, יעדער חילוני פארשטייט אז "לשיטת סאטמאר" איז דיין רבי נישט קיין סאטמאר'ער רבי, און היינט זעט יעדער קלאר אז מ'האט נישט גענומען דעם יונגערן ברודער סתם אזוי, און אז די קריג פון סאטמאר איז נישט וועלכער רבי קען זאגן שענערע תורה'ס, נאר מ'קריגט זיך אויף יסודות פון זייער אידיעאלאגיע...
די בעסטע איז יעצט פאר דיר צו נוצן די סטעייטמענט פון דיין רבי'ן: ווער ס'פארשטייט פארשטייט און ווער ס'פארשטייט נישט פארשטייט נישט... און מיט דעם ביסטו פטור אן עסק

יום שבת, 18 בפברואר 2012

וויזניצער זענען פול מיט צארן אויפן אהרוני וואס איז נישט געקומען צום 'שבע ברכות' און זאגן אז א מזל זיין נאמען איז נישט בן ציון ווייל דאן וואלטן די סאטמארער געהאט א זאלוני מיט א ציוני

אלע האבן געווארט אויף דעם מאמענט זעהן די צוויי רבי'ס דער אהרוני מיט דעם בעלזער צוזאמען אין ויזניץ. עס איז געווען געפלאנט זיי זאלן זיצן איינער נעבן אנדערן, אדער ווי ישראל'צע האט צוגעזאט אז מען וועט זיי זעצן פון ביידע זייטן פון וויזניצער, דאס וואלט געווען דאס ערשטע מאל אין די היסטאריע אזא בילד

הונדערטער קאמרעס זענען געווען גרייט ביי יעדן כאפן די בילד, אבער ביידע זענען ענדע נישט געקומען. דער בעלזער האט געהאט א תירוץ אז ער האט געענדיגט דעם טיש שפעט, עס איז געווען א יארצייט פון מיטעלער בעלזער רבי, אבער דער אהרוני ער האט קיין תירוץ נישט געהאט, ווייל ער איז געקומען מיט די קאר ביז וויזניץ, און ווען ער האט געהערט אז דער בעלזער קומט נישט איז ער נישט אריין

די וויזניצער האבן געזאגט אז עס איז א חוצפה, ער האט מורא געהאט אז מען וועט מאכן פיקטשעס פון אים מיטן וויזניצער מחזק זיין אז ער איז א ציוני, און אויף דעם האבן די וויזניצער געזאגט, אז ווען דער ברך משה זאל האבן א זון בן ציון וואלטן געווען אין סאטמאר אן אהרוני, זאלוני, און ציוני

'שבנא וסיעתו' - די 'עדה החרדית' נעמט זיך שטארק צום אהרוני

עס איז געווען קלאר ווי דער טאג אז זיי וועלן זיך נעמען צו אים, די פאשקעווילן שרייבער פון די 'עדה החרדית' האבן שוין געשאסן מיט א פאשקעוויל וואס שרייט 'שבנא וסיעתו' געמאכט קלאר אז נאר דער אהרוני האט שלום געמאכט מיט דעם בעלזער, און נישט זיי

אויפן בעלזער שרייבן זיי קלאר אז עס רעדט זיך אין א שרץ, אבער דאס איז קיין חידוש נישט. אויפן אהרוני שרייבן זיי שארף און נישט סתם, מאכן קלאר אז ער איז א בעל תאוה א גראבער יונג

אזוי שרייבן זיי:

"מול המחזה המביש כאשר בעבור תאוות וכבוד המדומה נפגשו יחדיו, אחד אשר התיימר לייצג את היהדות החרדית בגולת אריאל עם השני אשר לפני שלושים שנה ויותר רצה להשתלט על היהדות החרדית.
"מני אז, מבצע מהלכים מסוכנים 'רעפארם' בתוככי קהילתו בשונה ובאופן חמור ביותר, מכל מחנה פורצי גדר למיניהם לפרוץ פרצות בחומת דת ישראל. אשר כולם היו גדורים בה מאז ומתמיד ולשנות את צביון היהדות החרדית ללא היכר".
המתקפה בעיקרה מופנית כלפי האדמו"ר מסאטמר. הוא מכונה:
 "אדון המתיימר אשר ממרחקים הגיע להרוס ולרמוס חצרי, ובהתרפסות לשגעון הפרסומת את מלחמת ההתבדלות אשר היתה באמנה עלי בני תומר בשצף קצף מנסה להשכיח, תקע סכין בלב ליבה של היהדות הנאמנה, להכשיר את השרץ בק'ן טעמים שדופות קדים"

פון דעם בעלזער מאכן זיי א רעפארמער, און פון דעם אהרוני מאכן זיי שבנא, און זאגן קלאר אז ער איז דער מהרס הדת אין ירושלים

שלום אליעזר האט נישט געוואלט זיין די 'כפרה הינדל' און נישט מיטגעקומען קיין בעלזא

אוואו ער קען זיך אריינשטופן שטופ ער זיך אריין, און דא פלוצלונג אוואו ער קען כאפן גאר שיינע פיקטשעס נעבן זיין ברודער איז ער נישטא, ער וויל דארטן נישט זיין

שלום אליעזר האט נישט געזוכט קיין צרות, געזאגט אז אויף דעם 'כבוד' איז ער מוותר, און בשום אויפן נישט געוואלט מיטקומען צום בעלזער ער זאל זיך קענען ריינוואשן טענה'ן אז ער האט גארנישט מיט דעם

דא איז צובאמערקן אז דער אהרוני האט געוואלט ער זאל מיטקומען באווייזן די בעלזער אז עס איז שלום מיט אלע אהרונים, אבער שלום אליעזר האט נישט געוואלט זיין דער כפרה הינדל, און נישט מיטגעקומען אזוי געלערנט די בעלזער אז דער אהרוני איז טאקע געקומען אבער די אהרונים זענען זייער ווייט פון בעלזא

יום חמישי, 16 בפברואר 2012

מען האט נישט געשטעלט קיין וויין ביים באזוך פון אהרוני ביים בעלזער

א סאך תנאים האט געשטעלט דער אהרוני פארן בעלזער, געזאגט אז אן דעם קען ער נישט קומען, דאס ערשטע חלילה נישט לייגן אויפן טיש קיינע פראדוקטן מיטן הכשר פון בעלזא, דעריבער האט מען געשטעלט נאר פירות און געגעבן א גלאז טה. דאס צווייטע, אז דער חבר בית המינים ישראל אייכלער זאל חלילה נישט זיין אין הויז ווען דער אהרוני קומט, און דאס דריטע דאס שווערסטע מען זאל קיין  וויין נישט שטעלן

עס איז א גרויסער וואונדער אויף דעם בעלזער וואס ער האט מסכים געווען אויף די אלע תנאים, געלאפן בעטן מחילה, זיך אזוי אראפגעבויגן פארן אהרוני, חלילה זיך נישט טרעפן אין ירושלים און נאך אנדערע אזעלכע זאכן. צו יעדער זאך האט געהאט דער אהרוני א תירוץ. מחילה איז צו בארואיגן זיינע קנאים. ירושלים אזוי זיך ארויסדרייען נישט דארפן גיין באזוכן רבנים אין ירושלים, וואס דאס איז נישט דער אמת, ווייל געמיינט האט ער נישט מער ווי א יחיד הרב ווייס, ווען ער זאל נישט זיין אין ירושלים וואלט ער געקומען קיין ירושלים

אויך דער זיך טרעפן 1 ביינאכט און קומען מיט בריונים וואס האלטן אין די הענט רעוואלווערס, נישט געלאזן זאלן זיין קיינע פאטאגראפירער אויסער א יחיד וואס מוז איבערגעבן דעם דיסק גלייך פאר בעלזא און זיי צוזאמען מיט די אהרונים האבן באשלאסן וועלכע בילד מעג ארויסגיין צו די פרעסע און וועלכע נישט

יעצט האנדלעט מען ווי עס זאל אויסקוקן דער באזוך פון בעזלער ביים אהרוני, און וואס מעג מען טאן היינט ביינאכט ביים שבע ברכות אין וויזניץ. וואס עס איז זיכער אז פארן פרעזידענט פון אמעריקע שטעלט מען נישט אזוי פיל תנאים ווי מען שטעלט ביי דעם אהרוני און בעלזער

באזוך פון אהרוני ביים בעלזער נקמה אין הרב טוביה ווייס גאב"ד פון די 'עדה החרדית'

יעצט נאך דעם באזוך האבן די אהרונים ארויסגעגעבן זייער גירסה פארוואס דער אהרוני איז געגאנגען צום בעלזער וואס ער וואלט בשום אויפן נישט געטאן אויב ער וואלט געלעבט בשלום מיט הרב ווייס'ן

צווישן דעם אהרוני מיט הרב ווייס'ן איז שוין א לאנגע צייט מחלוקת איבער די שול פון די זאלונים אין קרית יואל. דער אהרוני האט געפאדערט פון הרב ווייס ער זאל שרייבן א בריוו אז דער אהרוני איז דער מרא דאתרא און קיינער קען קיין שול נישט עפענען אן זיין רשות. הרב ווייס האט נישט געוואלט געבן קיין בריוו זאגענדיג אז ער מישט זיך נישט אין די פאליטיק פון סאטמאר

צודערצו האט געהאט הרב ווייס נאך א גוטן הסבר, אז ער איז רב פון ירושלים און נישט פון קרית יואל, אדער אמעריקע, און בעסער ער זאל זיך ווענדן צו רבנים אין אמעריקע

שוין א לאנגע צייט וואס דער אהרוני גייט ארום מיט א פולע הארץ קעגן הרב ווייס אבער געשפילט די פאליטיק אזוי ווי עס איז גארנישט געשען ביז מיט א צייט צוריק ווען הרב ווייס איז געווען אין אמעריקע און געדאווענט אין די שול פון די זאלונים אין קרית יואל. דאס איז געווען א מעסער אין הארצן פון דעם אהרוני וואס האט באשלאסן אז ער נעמט זיך גלייך צו דער נקמה

ער האט זיך געוואנדן צום בעזלער געזאגט קום שלום מאכן, געוואלט מיט דעם שלאגן צוריק הרב ווייס'ן וואס איז גאב"ד פון די 'עדה החרדית' וואס לעבט אין מחלוקת מיט די בעזלער וואס האבן אן אייגענעם בית דין און אן אייגענע שחיטה וואס לויט די 'עדה החרדית' האבן נאר זיי דעם מאנאפאל אויף די צוויי ענינים

יום רביעי, 15 בפברואר 2012

ווי א רויבער אינמיטן אויף דער נאכט האט זיך דער אהרוני אריינגעכאפט אין די הויז פון בעלזער אין באגלייטונג פון בריונים מיט רעוואלווערס

אזוי האט דאס אויסגעקוקט, אין די גאסן ארום זענען געשטאנען בריונים מיט רעוואלווערס אכטונג געגבן אז קיינער זאל נישט זיין אויפן פלאץ ווען דער אהרוני קומט, מען זאל נישט קענען נעמען קיינע פיקטשעס. עס איז געווען 1 ביינאכט ארץ ישראל'דיגע צייט ווען דער אהרוני איז אנגעקומען קיין טעלז סטאן, מען האט פארמאכט די שטעטל קיין נפש חיה זאל נישט קענען אריינגיין אזוי פארזיכערט אז דער אהרוני כאפט זיך אריין מיט 3 גבאים קיינער זאל נישט קענען נעמען קיינע פיקטשעס און אזוי זיך פארמאכט מיט דעם בעלזער אויף א האלבע שעה. דער בעלזער האט געהאט מיט זיך א גרופע פון חסידים מיטן זון

דער אהרוני האט געזאגט דעם בעזלער אז ער איז היינט דער גרעסטער רבי אויף דער וועלט און דער בעלזער האט אים א שטאך געטאן געפרעגט וויפיהל טליתים ער האט, גערדעט וועגן א קאאליציע פון בעלזא מיט די אהרונים אבער דער אהרוני האט אים געזאגט אז ער האט א צרה מיט איינעם א טעלער וואס שרייבט קונטרסים קעגן בעלזא אוןן האט נישט קיין כח צו אים

אפיציעל האט מען נישט אריינגעלאזן קיינעם נעמען פיקטשעס אויסער א יחיד וואס האט גענומען עטליכע פיקטשעס וואס ליגן אין די הענט פון בעלזא וואס האט צוגעזאגט זיי ארויסגעבן אין די קומענדע שעה'ן

דער אהרוני איז צוריק געפארן קיין בני ברק אפגעאטעמט געזאגט ברוך שפטרני פון די צרה, אבער פארשטייט אז יעצט נעמט מען זיך צו די פאשקעווילן, און קונטרסים שרייבער וואס וועלן אויפווייזן אז ער האט אריינגעשטאכן א מעסער אין הארצן פון די 'עדה החרדית' און אין די 'שיטה' פון דעם 'ויואל משה'

יום שלישי, 14 בפברואר 2012

בעלזער רבי באיקאטירט די חתונה שיקט דעם זון אהרן מרדכי

עס האט געהייסן אז דער בעלזער וועט קומען צו די חתונה אנווינטשן מזל טוב אזוי ווי ער פירט זיך ביי די שמחות וואס עס מאכט ר' ישראל, און דאס מאל ביידע שוואגערס. אבער נאך די מיאוסע רייד וואס עס האט גערעדט דער אהרוני געזאגט אז ער וועט פירן מיט אים מלחמה בעמלק, האבן די בעלזער באשלאסן אז דער רבי גייט נישט, און געשיקט דעם זון, וואס אויך ער האט נישט געוואלט געבן די האנט דעם אהרוני אבער דאס געטאן נאכדעם וואס ער האט אים צוגערופן

דער זון ר' אהרן מרדכי ווען ער איז אריין איז נישט צוגעגאנגען צו דעם אהרוני און זיך געזעסן ווייט אוועק פון אים. ווען מען האט געזאגט דעם אהרוני אז דער בעלזער קומט נישט און אז דער זון איז געקומען אנשטאט אים, האט ער געהייסן צורופן דעם זון, וואס האט שוין קיין ברירה נישט געהאט און ער האט אים אויפגענומען בחמימות געוואלט מיט דעם מפייס זיין

אגב, דער זון האט זיך מיט דעם אהרוני עטליכע מאל געטראפן און האט אים אויך באזוכט אין מאנרא

יום שני, 13 בפברואר 2012

אהרוני איז מקדים רפואה למכה און זאגט אז ער טרעפט זיך מיטן בעלזער אבער ער וועט ווייטער פירן מיט אים מלחמה בעמלק


אזוי גיבן איבער די אפיציעלע ווארט זאגער פון דעם אהרוני:

כ''ק רבינו שליט''א האט היינט געהאלטען א פלאם פייערדיגער דרשה, און די ישיבה בנוגע די באזיכען וואס ער גייט אפהאלטן ביי די אדמור''ם און ארץ ישראל, ער האט געזאגט בתוך הדברים:

אז ער פארט איין ארץ ישראל, די בחורים זאלן זיצן און לערנען.
ווען מ'פארט אויף א"י איז דער מנהג פון פעטער ז"ל צו גיין באזוכן די ארטיגע רבנים. כאטש דער פעטער ז"ל האט זיך אויף זיי אויסגעדריקט מיט שארפע לשונות, און בשנת תשמ"ב נאך די לבנון מלחמה האט דער טאטע ז"ל אנגערופן די חסידי'שע רבי'ס וואס האבן געשיקט סאלדאטן, מיטן נאמען רוצחים, אבער דאך איז מען זיי געגאנגען באזוכן.
אויך יעצט ווען מען גיין באזוכן פרעמדע רבנים, אבער מ'מיינט חלילה נישט קיין שום טויש אין די מלחמה לה' בעמלק פון פריער,
מ'דארף אלעס אנהאלטן מיטן שארפסטן אופן, צו זיין דערווייטערט פון די חסיד'ישע ציוניסטן און אגודיסטישע רבי'ס פונקט ווי פריער. ווער עס פארשטייט פארשטייט, און ווער נישט וועט נישט פארשטיין

ר' טוביה ווייס איז קראנק געווארן איז אים שלעכט געווארן און ארויף צו הרב אלישיב'ן

בעל כרחו יענה אמן, דער אמת איז אז ער האט פון די ערשטע מינוט געהאלטן אז מען דארף שרייבן כאטש א קליין בריוו מען זאל בעטן רחמים פאר הרב אלישיב'ן, אבער די הנהלה פון די 'עדה החרדית' די סיקריקן די עסקנים טעראריסטן האבן באשלאסן אז זיי ווילן נישט, און ער האט מער קיין ברירה נישט געהאט. נישט ער פירט די 'עדה החרדית' זיי פירן אים ביי די נאז, און ליידיער, געדארפט אדורכמאכן די בזיונות

יעצט איז געשען אזוי פון הימל אז אויך ער איז קראנק געווארן מען האט אים געפירט קיין שערי צדק אין זעלבן שפיטאל אוואו עס ליגט הרב אלישיב, און מער שוין קיין ברירה נישט געהאט, נישט געוואלט מען זאל זאגן אז ער איז קראנק געווארן ווייל ער האט נישט געהייסן דאווענען פאר הרב אלישיב'ן, דעריבער האט ער באשלאסן אז ער גייט ארויף צום צימער פון הרב אלישיב'ן און דארטן אים ווינטשן א רפואה שלימה

הרב ווייס האט געזאגט די בני בית פון הרב אלישיב'ן וואס געפינען זיך אין זיין צימער, אז ער האט שוין די לעצטע וואך געהייסן מען זאל מתפלל זיין פאר הרב אלישיב'ן אבער די קנאים די הנהלה פון די 'עדה החרדית' זיי האבן נישט געלאזן, געזאגט אז ווייל הרב אלישיב טראגט מיט זיך א קופה של שרצים, ער איז געווען דער 'מרן המחטט' א קוק'ניק געזעסן אין 'היכל שלמה' פאסט נישט פאר די 'עדה' מען זאל פאר אים מתפלל זיין

דא איז צובאמערקן, אז הרב ווייס און הרב שטערנבוך ביידע האבן געהאלטן אנדערש, אבער די עסקנים זיי האבן אויסגעפירט נישט די רבנים

יום ראשון, 12 בפברואר 2012

ר' משה שטערנבוך האט אנגעפיפן די 'עדה החרדית' און געזאגט א דרשה מען זאל בעטן רחמים פאר הרב אלישיב'ן

א גאנצע וואך האט מען זיך ארומגעהארגעט איבער יא צו ניין געבן א בריוו מען זאל זאגן תהלים פאר הרב אלישיב'ן. היינט אינדערפרי האט דאס געהייסן אז מען ווארט זעהן ווי עס וועט זיך ענדיגן אין שפיטאל, זעהט דאס אויס גוט אז ער וועט לעבן און געזונט ווערן, שרייבט מען א בריוו, עס זאל שפעטער נישט זיין פאר די רבנים אום באקוועם, טאמער אבער זעהט מען אז דאס איז דאס, וועט מען קיין בריוו נישט שרייבן עס וועט נישט זיין שפעטער פאר וועמען זיך דארפן פארענטפערן

אבער, ר' משה שטערנבוך האט דאס נישט געקענט פארנעמען, ער איז א ליטוואק און פאר אים דער נישט שרייבן א בריוו פאר אן אנדער ליטוואק, איז נישט גוט פאר אים און זיינע קינדער, דעריבער האט ער היינט געהאלטן א דרשה און דארטן געזאגט אז הרב אלישיב איז א גרויסער לוחם קעגן פארשידענע פירצות אין דור דעריבער דארפמען פאר אים מתפלל זיין

יעצט ווארט מען זעהן וואס וועט די 'עדה' טאן, שרייבן א בריוו, צו זיך ווייטער נישט וויסענדיג מאכן

יום חמישי, 9 בפברואר 2012

'תולדות אברהם יצחק' אנטלויפט קיין אמעריקע אבי נישט זיין ביי די חתונה וואס עס האט געמאכט דער ברודער דער 'תולדות אהרן'

עס האט אויסגעקוקט מאדנע, דער ברודער מאכט חתונה די יונגעסטע טאכטער, בלייב אין ארץ ישראל כאטש נאך עטליכע טעג און דאן פאר קיין אמעריקע, האט דער 'תולדות אברהם יצחק' דאס יאר געפלאנט זיין נסיעה קיין אמעריקע אין אזא אויפן, אז אין די צייט פון די חתונה וואס עס מאכט זיין ברודער דער 'תודלות אהרן' נישט זיין אין ארץ ישראל און אזוי נישט דארפן גיין צו די חתונה

עס איז א וואונדער, ווייל אין די לעצטע יארן זעט מען ביידע ברידער קומען צו די שמחות פון דעם ביי דעם, און דאס מאל האט דער 'תולדות אברהם יצחק' באשלאסן נישט גיין צו די חתונה וואס עס מאכט זיין ברודער על אף וואס עס רעדט זיך ביי די יונגסטע טאכטער, די לעצטע חתונה וואס עס מאכט דער ברודער ביי זיינעם א קינד

אזוי האט דער 'תולדות אברהם יצחק' געלערנט נאך א פרק דעם עולם ווי מען פירט זיך ברידער רבי'ס און וואס פאר אהבה עס הערשט צווישן זיי. ער איז נישט דער ערשטער און נישט דער לעצטער, ליידער אן א שיעור רבי'ס זענען צוקריגט און צוהארגעט מיט די אייגענע ברידער, און עולם גולם רעדט זיך איין אז דאס זענען די מידות טובות און מעשים טובים וואס מען דארף לערנען פון אזעלכע רבי'ס

יום רביעי, 8 בפברואר 2012

'עדה החרדית' באשליסט נישט מתפלל זיין פאר הרב אלישיב'ן בעסער ער זאל שטארבן!!!

א גאנצע וואך האט מען געווארט זעהן צו זיי וועלן ענדע טאן וואס עס איז אויסגעהאלטן אין אזא צייט, און הייסן זייער ציבור בעטן רחמים פאר הרב אלישיב'ן וואס זיין מצב איז קריטיש, אבער נאך שווערע מלחמות וואס עס זענען אנגעגאנגען צווישן די רבנים מיט די עסקנים, האבן די עסקנים און די קנאים אויסגעפירט די רבנים פון די 'עדה החרדית' האבן זיך אונטערגעגעבן צו זייער טעראר און נישט געשריבן קיין בריוו צום עולם מען זאל בעטן רחמים פאר הרב אלישיב'ן

מיר האבן געווארט מיט די שורות ביז עס האט ערשיינען דער 'העדה' מיר האבן געוואלט זעהן אפשר וועט אין דעם אפיציעלער צייטונג זייערער שטיין עטליכע שורות מען זאל בעטן רחמים, אבער ווי עס זעהט אויס, אז די רבנים וואס האבן געוואלט מען זאל זאגן תהילים, טוביה ווייס און משה שטערנבוך האבן נישט געקענט אויספירן, די סיקריקן מיט די טעראריסטן און בעיקר די פאשקעווילן שרייבער האבן ענדע אויסגעפירט און עס איז נישטא קיין בריוו פון די 'עדה החרדית' בעטן רחמים פאר הרב אלישיב'ן

יום ראשון, 5 בפברואר 2012

אהרוני שרייט געוואלד אויף דעם וואס זיינע חסידים ליגן אין דעם פייסבוק און טוויטער

ער זאגט קלאר אז ער קען נישט משנה זיין די וועלט, אבער וואס יא ער וויל פארזיכערן זיינע חסידים און חסידות'טעס דעריבער האט ער געהייסן אז אויך די נשים זאלן זיין ביי א ספעציעלע אסיפה וואס ער האט אפגעהאלטן איבער א געפערלעכע מחלה וואס איז פארשפרייט געווארן צווישן זיינע חסידים און חסידות'טעס און דאס איז דער אפליגן אין פייסבוק און טוויטער

ער האט ממש געוויינט געזאגט אז דער חורבן איז גרויס, דערציילט מעשיות וואס עס קומט פאהר אין גאר הערליכע הייזער און ווי ווייט עס איז פארקראכן אז זיינע חסידים היינט פון דרויסן קוקן אויס ווי חסידים אבער אינעווייניג ליגן זיי אין די ערגסטע שמוץ

ער האט דערציילט אז זיינע חסידים און חסידות'סטעס שיקן פיקטשעס איינער דעם אנדערן, און אז דאס פירט צו די ערגסטע פריצות און בעיקר גילוי עריות, דעריבער האט ער געווארנט יעדן וואס וועט האלטן א קאמפיוטער אין דערהיים אז מען וועט ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות. ער האט געווארנט און געזאגט אז אפילו פאר פרנסה זאל מען נישט האלטן דעם קאמפיוטער אין דערהיים, און די עסקנים זיינע וועלן צושטעלן דעם עולם פלעצער אוואו מען קען זיצן ביים אינטערנעט

ער האט צוגעגעבן נאך עפעס וואס למעשה מיט דעם האט ער געזאגט, אז עס איז א פארלארענע שפיל, און  דאס זענען די קליינע מאשינדעלעך וואס מען קען האלטן אין קליין קעשענע און פון דארטן קריכן צו אלע שמוץ, די פראגע איז וואס טוט מען דאס ארויסצונעמען פון זיינע חסידים און חסידות'טעס צו דעם האט ער קיין עצה נישט

ער איז מודה אז דער שטן המשחית איז אריינגעקראכן אין זיין קהילה און מאכט א חורבן, און די פראגע איז צו עס איז נישט צו שפעט. עס איז א פאקט, אז זיינע חסידים האבן א פורום און א וועבסייד און ליגן אפ אין דעם אינטערנעט טאג און נאכט, און די פראגע איז, אויב מען האט נישט מער קיין קאמפיוטערס וויאזוי שרייבט מען אין 'כל העולם כולו' אן אהרוני פורום און נאך אנדערע פלעצער. מען זעהט למשל די אהרונים ליגן אפ שטארק אין דעם 'בחדרי חרדים' און אנדערע פלעצער.

כל זמן דער אהרוני האט זיי פון דארטן נישט ארויסגענומען, לערנט דאס אז ער איז נישט מער ווי א זועק על לשעבר, ווייל עס איז שוין צו שפעט

יום שבת, 4 בפברואר 2012

הרה"צ ר' ישראלצ'ע האגער וועט אסור'ן יעדן צייטונג וואס וועט דרוקן זיין פיקטשע

די לעצטע וואס האט הרב הצדיק ר' ישראל האגער אפגעהאלטן אן אסיפה אין זיין הויז מיט זיינע גאר נאנטע און זיי געזאגט אז ער פלאנט ארויסגיין מיט א שארפן איסור קעגן אלע פיקטשעס צייטונגען, ער האלט אז זיי מאכן אן א חורבן אין כלל ישראל, און אסור'ט מען זאל אים פאטאגראפירן, ער וויל נישט קיינע פיקטשעס אין קיינע צייטונגען, און ווער עס וועט דרוקן זיינע פיקטשעס וועט ער אסור'ן אויף די וויזניצער חסידים קויפן יענע צייטונגען, און אויך זיי נישט געבן קיינע מודעות

די נאנטע האבן אים געזאגט אז ער קען דאס יעצט נישט טאן ווייל יעצט קומט אהן זיין שוואגער דער אהרוני קיין ישראל און אהן פיקטשעס האט די גאנצע נסיעה קיין ווערדע נישט, וואס וועט ער באווייזן, דעריבער דארף ער אביסל ווארטן ביז דער אהרוני וועט פארן צוריק קיין אמעריקע. אבער ר' ישראל האט זיך נישט אינגאנצן אונטערגעגעבן און געזאגט אז ער וויל מען זאל כאטש בעטן אז אים זאל מען נישט פאטאגראפירן ביי די חתונה און מען זאל נישט דרוקן מער זיינע פיקטשעס

ישראל'צע האגער באיקאטירט דעם כותל המערבי צוליב נישט וועלן גיין אין מלחמה מיט דעם אהרוני

גרויס אויפרעקעניש איז ביי וויזניצער חסידים אויף ר' ישראל'צע האגער צוליב באיקאטירן דעם 'כותל המערבי'. בדרך כלל פירט ער זיך פאר א שמחה אז ער גייט צום כותל המערבי, און דאס מאל ווייל זיין אייניקל איז א סאטמארער אור-אייניקל איז ער געפארן קיין מירון און באיקאטירט דעם 'כותל המערבי'

ער האט געזאגט אז ער טוט דאס צוליב נישט וועלן זיך קריגן מיט די סאטמארער. אבער די וויזניצער פרעגן פארוואס איז ער אליין נישט געפארן צום כותל המערבי אן דעם חתן. געקענט נעמען מיט זיך זיינע חסידים אזוי ווי ער האט געטאן אין מירון אהין זענען געקומען די וויזניצער נישט קיין סאטמארער

די נאנטע זאגן אז ער האט מורא געהאט אז די זאלונים וועלן דאס נוצן קעגן זיין שוואגער דער אהרוני, האט ער בעסער באיקאטירט דעם כותל המערבי

די 'עדה החרדית' האט אנגעזעצט קענען מער נישט צוויגען די צדדים קומען צום דין תורה

אויב נישט דא אוואו יא, עס באווייזט ווי ווייט איז אפגעשוואכט געווארן דער כח פון די 'עדה החרדית', עד כדי כך, אז אין זייער געגענט אוואו לכאורה דארטן פירן זיי אין גרויסן, אפילו דארטן קענען זיי די צדדים נישט צווינגען זיך שטעלן צום דין תורה

עס רעדט זיך אין בתי ורשא, א געגענט אוואו די 'עדה החרדית' האט די פולע שליטה און קענען צווינגען צדדים זיך שטעלן צום דין תורה, אבער צוליב ציטער אז זיי וועלן פארלירן קאסטעמער ביי זייער כשרות פאבריקאציע, ווילן זיי זיך נישט מישן. די אנפירער פון כולל פולין וורשא גערער חסידים האבן געווארנט די 'עדה החרדית' אז אויב זיי וועלן זיי צווינגען זיך שטעלן צום דין תורה, וועלן זיי אסור'ן זייער הכשר, עס רעדט זיך אין טויזענטער גערער חסידים, האט זיך די 'עדה החרדית' ארויסגעדרייט, געזאגט אז מען דארף גיין ערגעץ אנדערש און אזוי איז דער קעייס אין קארט און נישט ביי קיין דין תורה

אזוי קוקט אויס די 'עדה החרדית' וואס האט ליידער היינט נישט קיין מנהיג, מען גיט זיך שנעל אונטער צו יעדער סטראשע אז מען וועט אסור'ן זייער הכשר

ריכטיג האט געזאגט שוין מיט יארן צוריק א איד א חכם, אז דער גרעסטער טעות פון די 'עדה החרדית' איז געווען צו פירן אן הכשר, ווייל דא ליגט דער שוחד יעוור, און מיט דעם צווינגט מען זיי

פון די מערכות אויפן שבת און ניתוחי מתים צו מלחמות צווישן זיך

עס איז אינטרעסאנט, אויף דעם פלאץ ממש זענען יארן אנגעגאנגען די גרעסטע מערכות פון די 'עדה החרדית' מיט די קנאים קעגן די מחללי שבת, פריצות, ניתוחי מתים און אנדערע חשובע ענינים, און קומט און זעהט ווי ווייט מען איז פארקראכן, אז יעצט אויפן זעלבן פלאץ פירט מען מלחמות צווישן זיך, מען נעמט ארויס איינער דעם אנדערן די אויגן

די נישט קיין פרומע זיצן פון דער זייט און האבן הנאה זעהן ווי אונדז חרדים שלאגן זיך איינער מיטן אנדערן, עס גיסט זיך דארטן בלוט ממש, און עס שוואכט אפ אטאמאטיש אלע אנדערע חשובע ענינים

נסיון צו פארהאנדלען צווישן כולל פולין מיט די איינוואוינער פון בתי וורשא אדורכגעפאלן

מען האט געמיינט אפשר דאס מאל וועט דאס געלוגנען די לויערס פון ביידע צדדים זענען געזעסן צוזאמען, אבער עס האט געפלאצט אין גרויסן וואס עס מיינט אז די מלחמה וועט אנגיין אין קארט

שוין עטליכע יאר וואס עס איז מלחמה ממש אין בתי ורשא צווישן די גערער מיט די וואס וואוינען דארטן. די גערער ווילן אוועקנעמען די הייזער פאר זייערע מענטשן, און די איינוואוינער שרייען געוואלד, דעם כולל האט אויפגעשטעלט רבי דוד בידערמאן זצ"ל נישט קיין גערער, זיי האבן זיך שפעטער משתלט געווען אויפן כולל און יעצט פרובירן זיי ארויסווארפן די איינוואוינער קענען איבערנעמען די הייזער פאר זיך

ביידע צדדים רופן אין קארט איינער דעם אנדערן, און דער חילול ה' איז מורא'דיג גרויס. אין די לעצטע מאנאטן האט די מערכה געפירט צו שפיכות דמים ממש, און ווער ווייס ווי עס וועט זיך ענדיגן